מוצאי יום הק' ביינאכט פירט מען זיך אנצופאנגען בויען די סוכה.
מצוה מן המבחר אז מען וועקט אויף און מען לאזט נישט אלע שכנים שלאפען...
אסאך מאכען זיכער אז מען טוהט ווי די מחמירים, אזוי ווי מיין שכן... ער פאנגט אן מוצאי יום הק' נישט פאר 12AM... מיט קולות שרייט איינער צום אנדערען ( זיינע קינדער). מען נוצט power tools האקט מיט'ן האממער און די לעצטע 2 יאהר איז ער געווארען
פון די מהדרין מן המהדרין... וועליכע צינדען אן מוזיק אזוי הויעך אז מען קאן מיינען אז עס איז א חתונה...
ווען איך בין צוגעגגאנגען בעטען, מיט שיינעם בכל לשון של בקשה, אלץ מענטשליךקייט, עס איז קוים אפאר שעה נאך יום הק' האט'ס רחמנות, איך האב א נישט געזונט קינד אינדערהיים, און נישט נאר פאר מיר עס זענען דאך דא אנדערע שכינים אויך און אויך גוים,
האט ער גע'עפענט א פיסק אויף מיר מיט בריטאלע קולות, אז עס איז זייער שווער צום גלויבן אז דער איז געששטאנען אפאר שעה צוריק און געוויינט און געבעטען פאר א גוט יאהר.
אההה! שיין מחנך געוועהן א דור!
מוצאי יום הק' מצוות
- ציבעלע-קיגל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1120
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 29, 2012 8:24 am
- האט שוין געלייקט: 544 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 900 מאל
מוצאי יום הק' מצוות
אויב דו ווילסט אז מען זאהל אלעמאהל זאגען אז דו ביזט א ליגנער...
זאלסטו אלעמאהל זאגען נאר דער אמת...
דער אמת שטעכט!
זאלסטו אלעמאהל זאגען נאר דער אמת...
דער אמת שטעכט!
דער אשכול פארמאגט 4 תגובות
איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.
רעגיסטרירן איינשרייבן