ארטיקל: די וויכטיגקייט פון עפענען א סעיווינגס אקאונט

הילף, עצות און טיפס
רעאגיר
וויליאמסבורגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 503
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:16 am
האט שוין געלייקט: 688 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 472 מאל

ארטיקל: די וויכטיגקייט פון עפענען א סעיווינגס אקאונט

שליחה דורך וויליאמסבורגער »

כ'וויל אביסל ארומשמועסן און מעורר זיין וועגן די וויכטיגקייט פון עפענען א סעיווינגס אקאונט. מענטשן כאפן זיך נישט די וויכטיגקייט פון א סעיווינגס אקאונט, און ווי עס איז נוגע פאר יעדעם ממש. יא, אפילו פאר דיר – וואס ס'בלייבט דיר גארנישט איבער סוף חודש!

די וויכטיגקייט פון אוועקלייגן געלט דארף מען באמת נישט אויסשמועסן –יעדער פארשטייט דאס אליין. צי פאר שמחות, צי פאר קויפן א הויז, א קאר, אינוועסטמענט, פלוצלונגדיגע גרויסע הוצאות, ריטייערמענט וכו' וכו'. אבער די פאקט איז אז אפילו מענטשן וואס פארדינען שיין, אפילו לאמיר זאגן 100 אלפים א יאר פאר א שטוב מיט פיר קינדער, אויב האט מען נישט א סעיווינגס פלאן בלייבט גארנישט איבער. ווידער אויב מ'האט יא א סעיווינגס פלאן קען מען רואיג סעיווען 20-30 אלפים א יאר.

ווייטער איינער וואס איז א שוואכערער בעל פרנסה, לאמיר זאגן ער פארדינט נאר 40 אלפים א יאר, האט ער דאך פארשידענע פראגראמען און עס איז נאך אלץ מעגליך אוועקצולייגן א פיאסטער דא און א פיאסטער דארט. די ציל פון דעם ארטיקל איז דיר אויפצוקלערן אז אפילו דו רעדסט דיך איין אז דיין מצב איז אזוי געדרוקט און עס איז דיר נישט מעגליך צו סעיוון, זאלסטו וויסן אז א סעיווינגס אקאונט איז נאך אלץ געמאכט פאר דיר.

ס'איז א פסיכאלאגישע זאך וואס שפילט אויף מענטשן, וואס מאכט אז מ'זאל אויסגעבן געלט וואס מ'האט אין טאש. מ'קען זיך איינרעדן א מיליאן מאל אז מ'ספענדט נאר אויף וואס מ'דארף און למעשה בלייבט גארנישט איבער. אבער די פאקט איז אז אויב מ'האט א סעיווינגס אקאונט וועט מען פלוצלונג זעהן אז די אקאונט פאנגט צוביסלעך אן צו זאמעלען געלט.

ווען איך זאג "סעיווינגס אקאונט" מיין איך נישט דווקא דאס וואס די באנק רופט אן א סעיווינגס אקאונט. טראדיציאנאל איז א סעיווינגס אקאונט א ספעציעלע אקאונט וואס ס'איז נישט געמאכט ארויסצונעמען געלט פון דעם. אמאל פלעגן אזעלכע סארט אקאונטס האבן העכערע אינטערעסט רעיטס ווי געווענליכע אקאונטס ווייל די באנק האט געוויסט אז זי וועט האלטן די געלט אסאך לענגער און דער בעל הבית וועט עס נישט ארויסנעמען. היינט געבן די בענק ממש פעניס פאר סעיווינגס אקאונטס. און ס'מוז נישט זיין אז עס לוינט זיך צו עפענען אזא אקאונט.

אין די באנק וואו איך האב מיינע אקאונטס איז די אינטערעסט רעיט העכער פאר א געהעריגע טשעקינג אקאונט ווי פאר א סעיווינגס אקאונט. איך פארשטיי נישט פארוואס, און עס מאכט נישט קיין סענס, אבער דאס איז די פאקט. האב איך טאקע נישט געעפענט א "סעיווינגס אקאונט", נאר כ'האב געעפענט נאך א טשעקינג אקאונט וואס איך נוץ פאר א סעיוויניגס אקאונט.

איינמאל מ'האט א סעיווינגס אקאונט דארף מען ביי זיך אפמאכן חק ולא יעבור, אז געלט וואס גייט אריין אין דעם אקאונט וועט נישט געניצט ווערן פאר די טאג טעגליכע הוצאות. אז עס קומט סוף חודש און דו האסט נישט גענוג פאר מארטגעדזש/רענט, און דו ווייסט אז ס'וועט נאך נעמען עטליכע טעג ביז דו וועסט האבן די גאנצע געלט, ענדערש בארג פון איינעם די געלט פאר עטליכע טעג ווי איידער ארויסבארגן געלט פון דיין סעיווינגס אקאונט. דיין חבר וועסטו באצאלן אין א וואך ארום ווען דו וועסט האבן די געלט, פאר דיין אייגענע סעיווינגס אקאונט איז זייער מעגליך אז דו וועסט נישט צוריקצאלן. פארשטייט זיך אז איך רעד פון קלענערע הלוואות פאר עטליכע טעג. אויב דארף מען א גרעסערע הלוואה פאר מער ווי עטליכע וואכן איז פארשטייט זיך נישט דא קיין תירוץ צו נעמען פון א צווייטן ווען מ'האט אליין אין די סעיווינגס אקאונט.

מ'דארף זיך איינגעוואוינען אריינצו ווארפן געלט אין דעם סעיווינגס אקאונט ווען מ'קען נאר. אז דו האסט אפאר איבעריגע הונדערט דאללאר ווארף עס שנעל אריין אין די סעיווינגס אקאונט פאר ס'וועט צעגיין אין דיינע הענט. און אפילו נאר א פופציגער אדער אפילו א צוואנציגער. רוק אריין יעדעס ביסל געלט וואס דו קענסט אין די סעיווינגס אקאונט און נעם עס נישט ארויס נאר אין קעיס פון אן ערענסטע עמערדזשענסי.

אז דו האסט אן איבעריגע פינעווער אין טאש וועסטו נישט טראכטן קיין צוויי עס צו נוצן פאר א גוטן נאש, ביכל וכו'. מ'טראכט צו זיך אז די פינעווער מאכט נישט קיין גרויסע חילוק אין לעבן, און די נאש ברענגט א געשמאקע הנאה. אבער איינמאל מ'גייט אריין אין די מיינדסעט פון סעיוון, וועט די עצם אקט פון אריינלייגן די פינעווער אין די סעיווינגס אקאונט ברענגען א הנאה. וועט מען סיי האבן א הנאה, און סיי אוועקלייגן די פינעווער ווייטער.

רעדענדיג פון א פינעווער האב איך לעצטענס געזעהן אן ארטיקל ווי איינער האט געשריבן אז ביי זיי אין די משפחה האט מען אפגעמאכט אז יעדע פינעווער וואס קומט אונטער די האנט וועט מען אוועקלייגן. איינמאל זיי האבן זיך אריינגעלייגט אין די מיינדסעט פון סעיוון פינעווערס האבן זיי געזוכט ווי מער צו באקומען פינעווערס. אנשטאטס צו באצאלן אין געשעפט מיט א קרעדיט קארד, האבן זיי אנגעהויבן אייביג צו צאלן מיט קעש כדי צו קענען באקומען טשעינדזש און מעגליך באקומען א פינעווער. אזוי האבן זיי אנגעזאמעלט צענדליגער טויזענטער דאללארן בלויז פון פינעווערס.

אויב איינער האט שווארצע געלט – נישט אום שבת גערעדט – זאל עס נוצן די שווארצע געלט פאר די טאג טעגליכע געברויכן, און די ווייסע געלט צו סעיוון אין באנק. ענדערש סעיוו ווייסע געלט אין באנק ווי איידער שווארצע געלט אין גמ"ח. אין באנק באקומסטו כאטש עפעס פראצענטן וואס וועגט איבער אינפלאציע ממילא פארלירט די געלט נישט איר שוויות. משא"כ אין גמ"ח פארלירט די געלט איר שוויות אין לויף פון די יארן, און א גמ"ח איז נישט פארזיכערט, כמובן.

וויל איך אויספירן אז יעדער וואס ליינט דאס זאלן מארגן גיין אין זייער באנק און עפענען א ספעציעלע סעיווינגס אקאונט. אפילו אויב דו זעסט נישט פון ווי די זאלסט האבן געלט דארטן אריינצולייגן, עפען אויף די אקאונט. אין רוב בענק קען מען עפענען וויפיל אקאונט מ'וויל און עס קאסט נישט קיין געלט. איך קען דיר מבטיח זיין אז פלוצלונג וועסטו זעהן אז דו קענסט דא און דארט אוועקלייגן אפאר דאללאר. אפשר טאקע נישט קיין סאך, אבער גענוג אז צוביסלעך זאל זיך אנזאמלען עפעס א סכום. און אז מ'געוואוינט זיך צו צו טראכטן אין די טערמינען פון סעיוון, מיט א סעיווינגס אקאונט צו די זייט, וועט מען צוביסלעך זעהן ווי די סעיווינגס אקאונט וואקסט.

הצלחה רבה.

דער אשכול פארמאגט 18 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר