שרגא האט געשריבן:יא, אפילו אריינקאלן טארן זיי נישט, אפילו א יונגערע מיידל אויך נישט
(דער ספרדישער הרב עובדיה יוסף האט זיכער קלאר געזאגט אז עס איז נישט קיין שום פראבלעם און א פרוי מעג רעדן אויף די ראדיא. זענען בכלל דא וואס האלטן אז עס איז א שאלה עפי הלכה, אדער איז עס פשוט ווייל די פרומערע צוהערער זענען נישט אינטערעסירט זיי צו הערן?).
יידל האט געשריבן:בחדרי חרדיםבאריכטעט אז אין לעקוואד איז פארעפנטליכט געווארן א בריו דורך לאקאלע גבירים און נדבנים ווי זיי שרייבן אז זיי גייען די פורים נישט געבן קיין געלט פאר שיכורים. און די בריוו, וואס איז געשיקט געווארן צו די מנהלי המוסדות והישיבות שרייבן זיי אז "מדי שנה מגיעים אלינו הביתה עשרות בחורים ואברכים שיכורים כלוט, מקיאים על כל מקום אפשרי, משתוללים, שוברים כלים יקרי ערך, מבלי אפילו להבחין או להתנצל או להציע תשלום עבור החפצים שנשברו. זו לא דרכה של תורה, זו לא מצות פורים".
די פראבלעם איז אן אלוועלטליכער, און לדעתי דארפן די וויליאמסבורגע, בארא פארקע, און פלעטבושע עשירים און נדבים גיין און זייערע לעקוואדע קאלעגעס פוסטריט.
יידל האט געשריבן:אנטושלדיגט אבער איר האט א טעות מיט די נקודה אז עס איז א חיוב גמור זיך אנצושיכור'ן. לבסומי טייטשט נישט שיכור. לבסומי מיינט אויפגעהייטערט. שיכור אין אראמיש איז "רויא". זע מער אין משה צוריאל'ס פאוסט אויף ספרים בלאג.
רואיק האט געשריבן:איך בין נייגעריג וויאזוי מען שילדערט די מעשה פון פורים אויף דעם ראדיא סטעישאן. וואס פאר א טעם האט די מגילה אז מען נעמט ארויס ושתי, אסתר מיט זרש'ל?
יאנקל האט געשריבן:אייזן, געפילטע.
ווי האט יענער געזאגט, ער האט פרובירט צו שיקן א תנ״ך אויף אימעיל צו א פרישן בעל תשובה, אבער דזשעי-נעט האט עס נישט דורכגעלאזט...
גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט