מאטי שטיינמעץ נייע אלבום, "הנשמה בקרבי"

אלעס איבער דעם עולם המוזיק
רעאגיר
אויערבאך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 25
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 29, 2017 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל

מאטי שטיינמעץ נייע אלבום, "הנשמה בקרבי"

שליחה דורך אויערבאך »

אין די קומענדיגע טעג גייט די אידישע מוזיק וועלט רייכער ווערן מיט א אלבום פונעם באקאנטן זינגער מאטי שטיינמעץ .מאטי א ווארעמער וויזשניצער אינגערמאן פארמאגט א זעלטענע שטימע, א קאמבינאציע פון א קינדערישע ילד הפלא שטימע מיטן ערוואקסענעם שלימות. מאטי האט שוין געזינגען אויף עטליכע אלבוימס ווי ותערב אויף רעכניץ און גאנץ לעצטנס פתח לנו אויף מרדכי'ס סידי, יעצט האט ער געענדיגט א פולע אייגענע אלבום וואס איז ערווארטעט צו זיין אין די געשעפטן שוין די וואך. לויט ווי כ'האב געהערט, פארמאגט די אלבום א געקליבענע קאלעקציע פון הערליכע ניגונים פון די טאפ אוו די ליין קאמפאזערס ווי יוסי גרין, מאטי אילאוויטש, פינקי וועבער, בעני הערשקאוויטש ע"ה. די ארענדזשמענטס זענען געמאכט ביי מיין פעוואריט ארענדזשער משה לאופער, רובי באנעט, יואלי דיקמאן. צוויי ניגונים פונעם סידי זענען שוין ארויס פארן פובליק "זכור ברית" און "הנשמה בקרבי". זכור איז א ווארעמער ניגון און הנשמה בקרבי איז א אמפא סטיל.

דער אשכול פארמאגט 31 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר