די מלחמה מיט מנהלי הישיבות

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
איינציג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 90
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 20, 2017 9:29 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

די מלחמה מיט מנהלי הישיבות

שליחה דורך איינציג »

איך וואלט געוואלט דורך שמועסן די סוגי' פון משלח זיין אדער נישט אננעמען בחורים אין די ישיבות, לעצטענס הערט זיך א וויי געשריי, אזוי ווייט אז מען רופט פאר פראטעסטן און מבזה זיין די מנהלי הישיבות, לאמיר פרובירן דורך שמועסן רוהיג און געלאסן, זעהן ווער עס איז גערעכט און ווער עס שפרינגט בלויז פאר סעלפנישנעס, אייגענע נגיעה, אן קיין שום אמת'ע אדער גערעכטע טענה, אבער איך בעט זייער ס'זאל זיין א נארמאלע דיסקאשן, אן קיין קללות, אן קיין נעים קאלינג, בלויז רעדן צו די זאך, מיינונג פארשינדהייטס איז ערלויבט,

פראגע,
1) איז דא א מציאות אז א מנהל זאל זיין בארעכטיגט אפצו זאגן א בחור/אינגל/מיידל פון אננעמען אין ישיבה/ תלמוד תורה/ מיידל סקול?
2) אויב איז א בחור /אינגעל / מיידל, א מחוצף/מחוצפת און נאך ווארענען כמה פעמים זעהט זיך נישט קיין בעסערונג, איז דער מנהל בארעכטיגט עהם/זו צו פארשיקן?
3) אויב איז דא א תקנה אין מוסד און די עלטערן האלטן זיך נישט צו די תקנה, איז מען בארעכטיגט אוועקשיקן דאס קינד?
4) אויב זעט דער מנהל/מנהלת אז דער תלמיד/תלמידה איז פארדארבן אדער פארדארבט אנדערע, איז ער/זי בארעכטיגט צו פארשיקן דעם תלמיד/תלמידה?
5) ווי ווייט איז דער אבליגעישאן פון א מוסד אנצונעמען יעדן תלמיד/תלמידה? איז דא א חילוק צווישן א חסידות מוסד צו א פריוואטע מוסד?

דער אשכול פארמאגט 114 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר