דורך חייםדירבס » דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 10:55 am
עס איז באקאנט אז מען האט אמאל געפרעגט דעם סאטמאר רב זצ"ל אויב עס איז אמת וואס די וועלט זאגט אז די אונגארישע זענען נערנים, האט ער געזאגט אז דאס האבן די גאליציאנע אנגערעדט פאר די אונגארישע, און די אונגארישע נערנים גלייבן...
וואס איך וויל ארויסברענגען איז, אז אין סאטמאר רעדט מען פון משה פריעדמאן, ווי ער איז די קלוגסטע מענטש אין די (קליינע סאטמארע) וועלט. דאס איז נישט ריכטיג, ער איז נישט קלוג, כמעט אלע זיינע "מעשים" זענען שפיץ טיפשות, ווי למשל בני יואל, וועלכע טיפש ראט זיין רבי'ן ארויסצוווארפן א חלק הניכר פון מוסדות, האט ער נישט געטראכט אז סיים וועלן עפענען אייגענע מוסדות? וועלן קינדער בלייבן אינדערהיים אין קרית יואל? ער האט געשוואוירן אז ער וועט פארמאכן דער בלאט, ער האט "געדעמעדשט" די ברענד פון די ברך משה, חכמה אין כאן, נאר וואס יא, ער איז כאריסמאטיש, ער קען מאכן מענשן פילן וויכטיג און באקוועם. גארנישט מער.