Stalin's Last Crime...!

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
רעאגיר
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 19571
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 24498 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14863 מאל
קאנטאקט:

Stalin's Last Crime...!

שליחה דורך berlbalaguleh »

אט דאס איז דער נאמען פון א בוך וואס באהאנדלט אלע פרטים איבער דעם גרויסן און געפערליכן בילבול פון דעם מאסן רוצח און שונא ישראל (דזשוגאשווילי), בעסער באקאנט מיט דעם נאמען סטאלין...! אויף די אידישע דאקטוירים אין מאסקווע. וועלכעס האט געהאט דעם פאטענציאל ח"ו צו פארוואנדלט ווערן אין נאך א גזירת כליה אויף דעם רוסישן אידנטום...! און ער האט בחסדי השי"ת געכאפט זיין גרויסע מפלה און צוזאמען מיט איהם איז אפגעטון געווארן די גזירה אויף אידישע קינדער, אום פורים ביינאכט בשעת אידן איבער די גאנצע וועלט האבן געליינט די מגילה. אט פארדעם הייסט דער בוך ..."זיין לעצטער קרימינאלער אקט"...ווייל ער איז געפגר'ט מיט א מיתה משונה פונקט ווען ער האט געהאלטן אינמיטן אויספיהרן זיין ביטערע גזירה אויף די אידן...!

לאמיר א ביסל צוריקגיין צום אנהויב פון ווען די קאמוניסטן זענען געקומען צו דער מאכט אין רוסלאנד. בערך אין מאי פון יאר 1917 איז דער צאר ניקאליי ימ"ש אראפגעווארפן געווארן פון די מאכט דורך די סאציאל-דעמאקראטן. אין שפיץ פון וועלכער גרופ ס'איז געשטאנען אלעקסאנדער קערענסקי (א זון פון א אידיש אפשטאמיגער מאמע מיט'ן נאמען אדלער). ער איז געווען דער פיהרער פון די סאציאל-דעמאקראטן. נאר אינמיטן האטציך געמאכט א שפלינטער גרופ פון ראדיקאלע סאציאליסטן. די קאמוניסטן. זיי האבן זיך גערופן ..."באלשעוויקס"... די רוב. אין שפיץ פון וולאדימיר איליאיטש לענין. (אויך געווען א האלבער איד, מפי השמועה.). און ס'האט אויסגעבראכן א ציווילע מלחמה צווישן די קאמוניסטן/באלשעוויקס און קערענסקי'ס גרופ, וועלכע מ'האט גערופן די ..."מענשעוויקס"... די מיעוט/מיינאריטי. אבער לפי האמת זענען די מענשעוויקס געווען די רוב סטאטיסטיש. נאר די באלשעוויקן זענען געווען גרויסע רוצחים. און זיי האבן אדורכגעפיהרט א צווייטע רעוואלוציע אין אקטאבער פון זעלבן יאר. אין שפיץ פון די באלשעוויקן איז געשטאנען לענין. און זיין הויפט געהילף איז געווען לעוו טראצקי (המכונה לייבל בראנשטיין) א זון פון א בעל בתי'שע משפחה. (נישט אזוי ווי דער אנפיהרער פון די פאוני ארגאניזאציע ..."נחמת ישראל"...וויל פארקויפן פאר'ן עולם אז טראצקי'ס טאטע איז געווען אן ארימער שניידער און ר'האט נישט געהאט קיין געלט צו באצאללן פאר שכר לימוד. און מ'האט איהם ארויסגעווארפן פון די תלמוד תורה. נאכדעים איז ער ארויס לתרבות רעה. ס'איז א גוטער סעילס פיטש. אבער שקר. נאר לאמיר נישט פארקריכן.)...ער איז געווען זייער אן אינטעליגענטער געלערנטער מענטש. און ער האט געהאלטן פייערדיגע דרשות. ער איז אויך געווען דער הויפט פון די רויטע ארמיי. א יעדער האט געהאלטן אז ער גייט זיין לענינ'ס יורש. אבער אינצווישן האטציך אנגערוקט דער פויער און רוצח דזשוגאשווילי, וועלכער האטציך שפעטער געגעבן א צו נאמען..."סטאלין"... דער וואס איז געמאכט פון שטוהל (אייזן). ווייל ער האטציך קיינמאל נישט געבויגן פאר קיינעם. און ר'האט אייביג אדורכגעפיהרט וואס ער האט געוואלט. אפילו אויב ער האט געדארפט הרגנ'ען א מענטש. ער איז אויך געווען א פשוט'ער רויבער. ר'האט אדורכגעפיהרט א סאך רויבערייען אויף בענק. און פריוואטע עשירים און געברענגט דאס געלט פאר זיין פארטיי...! דער סטאלין האטציך גענומען רודפ'ן טראצקי'ן ביז ער האט איהם פארטריבן פון די פארטיי און רעגירונג. אויך שפעטער פון לאנד.

אינצווישן איז לענין, וועלכער האט געוואלט איינפיהרן א סאך דעמאקראטישע (לשיטתו) רעפארמען לטובת די ארימע שיכטן און ארבעטער, קראנק געווארן. ער האט געליטן עטליכע סטראוקס. און ר'איז געשטארבן. יעצט האט סטאלין איבערגענומען די גאנצע מאכט. און ער האט אנגעהויבן צו רודפ'ן דאס פאלק. ער האט געפיהרט דאס לאנד מיט אן אייזערנער האנט און גרויס אכזריות...!

ער האט אויכעט געטון א פאר גוטע זאכן פאר די מדינה. ער האט געטענה'ט אז רוסלאנד, אונטער די צארישע רעגירונגען איז געווארן זייער א צוריקגעשטאנען לאנד. זיי זענען מיט א הונדערט יאר צוריקגעבליבן פן אלע יוראפע'אישע לענדער. האט ער גענומען אויפבויען די אינדוסטריאלע כח פון רוסלאנד...!
המשך יבוא, אי"ה...!

דער אשכול פארמאגט 30 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר