לא נשתכחה תורת החסידות - דרשת הרב מנשה רייזמאן שליט"א

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9686
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3424 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9048 מאל

לא נשתכחה תורת החסידות - דרשת הרב מנשה רייזמאן שליט"א

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ראו מה בין בני לבן חמי. אונזער [tag]הוגה[/tag] אין דער וועקער, האט געשריבען אן ארטיקל מלא תוכן ומדע מסביר צו זיין די יסודות אויף וואס חסידות איז געבויט. קורץ נאך דעם, האט די בעלזע באוועגונג געשטעלט א רעדנער צו זייערע נאכפאלגער אין אמעריקא, מסביר צו זיין וויאזוי מ'קען זיך קעגנשטעלן די שלעכטע ווינטן אין אמעריקא, וואס רעדן איין די יונגווארג וועגן עפעס אן ענין פון נשתכחה. ס'איז דא אזעלכע וואס האלטן אז די גאנצע חידוש פון דעם בעש"ט איז נאר געווען אויף געציילטע יארן און דערנאך דארף מען צוריקגיין צום אלטן דרך התורה, און זיך נאר אביסל אנווארעמען אין די ווערטער פון תלמידי בע"ש אבער נישט זיך פירען ווי זיי צו נעמען זייערע חידושים.

די שלעכטע גייסט קען אפשר אריין קריכען אין די הייליגע ווינקל, דעריבער איז א דרשן געקומען רעדן פאר יונגעלייט פון אט די ווינקל זיי אנצעווארעמען אז דאס איז נישט ריכטיג און ער געדענקט נאך די גאנצע זאך על בוריה, און ממילא זאל מען ווייטער אנהאלטען די התקשרות און אהבה צום רבי'ן, יעדער לויט זיין אפשטאם, ושלום על ישראל.

ער האט אפגעוואנדן דאס וואס מ'פארלייגט זיך אויף א בריוו פון דער קאפוסטער רבי'ן, וואס שרייבט אז דער וועג פון דער בעש"ט האט זיך נאר געדארפט האלטן 150 יאר. ער האט געזאגט אז ווען מ'ליינט די גאנצע בריוו, זעט מען אז ער האט גאר געמיינט זיך אפצורעדן וועגן זיין מדרגה, און ער האט גערעדט בדרך עניוות. ער האט נישט געמיינט אז אזוי האט געדארפט זיין אויפ'ן אמת. בקיצור, ער וויל טענה'ן אז מ'דארף ליינען די גאנצע זאך, נישט נאר געציילטע ווערטער. מיט אט די געדאנק אין קאפ, איז מען געגאנגען צום אנדערע חלק פון זיין דרשה.

יענער דרשה איז געווען א דרשה, נישט קיין שיעור, ממילא האט מען אריינגעשטופט פארשידענע זאכן וואס מ'קען אוועקמאכן. אבער די תוכן פון דער ענין איז יא עפעס וואס איז ווערד אויסשמועסן אין העמק דבר.

ער האט געבויעט זיין טהעזע אויף די ווערטער פון א תיקוני זוהר (דף כב). דארט שטייט וויי לון לבני נשא, ווייל זיי טוהן אלסדינג פאר זיך, זיי לערנען פאר זיך, זיי דאווענען פאר זיך, זיי טוהן מצוות פאר זיך, אלס נאר פאר זיך און מ'טראכט נישט פון די שכינה וואס איז אין גלות, און די מענטשען פארלענגערן די גלות. אפילו ווען א מענטש טוט אלע מצוות, אבער ער טוט זיי פאר זיין פערזענליכע פארבעסערונג, ער טוט זיי ווייל ער וויל עוה"ב, ווייל ער וויל ווערן א שלימות'דיגע מענטש, איז ער דער וואס פארלענגערט די גלות.

האט דער בעש"ט געזען אז אסאך מענטשן דינען זיך זעלבסט מיט אלע זייערע עבודות און מצוות, און דאס האט ער געוואלט מאכן קלאר ביי יעדעם, צו דינט ער דעם אויבערשטן צו דינט ער זיך. בקיצור דער בעש"ט האט געוואלט אריינברענגען אן עבודה לצורך גבוה, אז אלעס וואס מ'טוט זאל זיין לש"ש לאוקמי שכינתא מעפרא.

פון דעם איז ער געשפרינגען אז דער וואס לערנט און דינט נישט אזוי, ווערט שנעל צופרידן פון זיין עבודה, און ער ווערט א גאנצע בעל גאווה פון זיין עבודה, און דעריבער דארף מען האבן די מעינות פון דער בעש"ט כדי ער זאל נישט דינען זיך אליינס. און דאס איז דער כלל, און אזוי דארף מען זיך נישט צוגיין צו אלע פרטים, נאר די כלל אליינס ווערט אויפגעבויט. מ'רעדט פון צוויי נקודות, א. דינען דעם באשעפער נישט זיך, און ב. זיך פיהרן בדרך עניוות, נישט ווערן א בעל גאווה פון די עבודה.

און פון דעם איז ער געגאנגען צו די נעקסטע שטאפל, אז כלל ישראל איז א קומה שלימה, און ווען מ'וויל ברענגען משיח דארף מען בויען די קומה שלימה פון די גאולה דורך די קומה שלימה פון כלל ישראל. און איינער וואס מיינט אז ער איז אליינס, וועט קיינמאל נישט ארבעטן אויף זיך צו בויען די קומה שלימה פון כלל ישראל אלס א חלק פון כלל ישראל, און דעריבער איז ער דער וואס פארלענגערט די גלות.

און פון דעם האט ער געטראפן א מראה מקום אז איינער וואס איז נישט קיין חלק פון א חבורה וואס איז זיך מכניע צו א צדיק, וועט קיינמאל נישט ווערן פאר א לייט, ווייל ער וועט זיין איינער אליינס וכנ"ל.

און וויבאלד דער צדיק איז א נשמה פון ר'אשי ב'ני י'שראל, ממילא איז ער אנגעהאנגען אין די קאפ פון אדם הראשון, און יעדער דור און יעדער מענטש דארף אנקומען צו זיין קאפ, און יעדער מענטש איז א חלק פון דער גוף. ווען דער מענטש וויל דינען דעם אויבערשטן אלס א חלק פון כלל ישראל, מוז ער שטיין אין די פלאץ וואו זיין נשמה באלאנגט, און ער דארף אנערקענען אז ער איז נישט דער ראש, נאר דער צדיק איז דער ראש, און ער מוז זיין אונטערטעניגט אונטער דעם אויבערשטן. ממילא דארף מען זיך מכניע זיין צו דער רב"י און שטיין אין די ריכטיגע פלאץ אין די קומה שלימה פון כלל ישראל\חבורה.

און אויף דעם לייגט ער צו אז די השגחה פרטית האט געמאכט אז יעדער זאל געבוירן ווערן וואוי ער באלאנגט, און אמאל שפירט א מענטש א ציה צו חסידות פון דער פרעמד, ווייל דעמאלס האט ער זוכה געווען צו אנערקענען דעם בעש"ט און זיין חידוש, און פון דעם קען ער ווערן א חלק פון די קבוצה וואס וועט צונעמען זיין גאווה און זיין עבודת ה' וועט זיין א חלק פון די קומה שלימה פון די קבוצה וואס איז כלל ישראל.

ווען איינער זיצט אין שטוב און ער לערנט, קען ער ווערן אזא בעל גאווה אז ער קלערט אז ער איז אליינס א קאפ. נאר דורך זיך פאקען די פעק און פארן צו א צדיק, און זיך מכניע זיין צו איהם און זיין א חלק פון א חבורה, קען ער זיך ארויסנעמען פון די גאווה און ווערן אן עניו.

דאס זאגט ער איז די יסוד פון חסידות, און דעריבער דארף מען בלייבן א חלק פון די באוועגונג אין וואס מ'איז געבוירן, און זיך צושטעלן צו זייער סיסטעם, און פארן עטליכע מאל א יאר צום צדיק זיך מכניע זיין צום חבורה.

דער אשכול פארמאגט 76 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר