דער "גוטער מענטש; שלעכטער מענטש" פאלאסי (רובאשקין שמחה)

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 941
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 5:54 pm
האט שוין געלייקט: 1242 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל

דער "גוטער מענטש; שלעכטער מענטש" פאלאסי (רובאשקין שמחה)

שליחה דורך העניך »

"זעסט? טראמפ איז א פיינער מענטש!"

"רובאשקין איז אן אומשולדיגער איד א צדיק וועלכער איז געזעסן אין תפיסה על לא עול בכפו!"

אינטערעסאנט אז עס זענען געווענליך די זעלבע מענטשן וואס באגייען די פאלאסי (fallacy) סיי אויף טראמפ און סיי אויף רובאשקין, און מסתמא אויף נאך א סך אנדערע פעלער, און מסתמא נאך א סך אנדערע לאגישע פאלאסיס אין א סך אנדערע פעלער.

איך גלייב נישט אז עס איז דא אין דער וועלט אפילו איין מענטש וואס איז א פולקאמער צדיק אדער א פולקאמער רשע. יעדער צדיק האט געוויסע שלעכטע שטריכן, און יעדער רשע האט געוויסע גוטע שטריכן. דער פאקט אז דער צדיק באגייט אמאל אן עוולה פרעגט נישט אפ זיין צדקות, און דער פאקט אז א רשע טוט אמאל א חסד פרעגט נישט אפ זיין רשעות.

דאנאלד טראמפ האט געטון א גאר גוטע טאט מיט'ן באפרייען שלום מרדכי רובאשקין פון תפיסה. עס איז יושר און ריכטיג. און איך וועל נישט זיין קיין ציניקער און זיך נעמען מאכן חשבונות פארוואס טראמפ האט עס געטון. א מעשה חסד מעג מען אנקוקן פאר וואס עס איז. טראץ מיין שארפער התנגדות צו טראמפ האב איך אייביג אנערקענט אז ער קען טון א חסד. און אט איז נאך א ביישפיל פון א מעשה חסד וואס ער האט געטון.

אבער די טראמפ-שטיצער זעען דאס ווי א באשטעטיגונג אויף דעם מענטש, ווי כאילו די דאזיגע מעשה חסד ווייזט איבער אז טראמפ איז נישט קיין וואנזיניגער און שלעכטער פארשוין. ער איז.

און דאס זעלבע מיט רובאשקין. אין מיינע אויגן איז שלום מרדכי רובאשקין א פיינער מענטש. א טאטע פון צען קינדער, א בעל חסד, א מענטש וואס האט נישט פארלוירן זיין מאראל נאכ'ן זיצן אכט יאר אין תפיסה. מאנכע זאגן אז ער איז געווען א איד א צדיק אפילו נאך ווען ער איז געווען א מוצלח'דיגער ביזנעסמאן -- אבער מיט דעם וועל איך מוזן גלייבן אויפ'ן ווארט. דאס אז ער איז באגאנגען אן עולה כלפי דעם געזעץ און כלפי שמיא מאכט אים נישט פאר א שלעכטער מענטש, און אוודאי נישט פאר קיין רשע. אבער מאנכע שפירן אז אויב רעדט מען וועגן אים מיט ניואנס, דאס הייסט מ'אנערקענט זיינע פעלערן, איז עס כאילו א בארעכטיגונג אויף דעם רשעות'דיגן איבערגעטריבענעם אורטייל. טעות.

רובאשקין האט זיך נישט שיין אויפגעפירט צו זיינע ארבעטער, ער איז באגאנגען עוולות קעגן דעם געזעץ, צו זיין ביטערן מזל האט מען אים געכאפט און עס וואלט אים עפ"י יושר געקומען א געוויסן שטראף. דאס פרעגט אים אבער נישט אפ. יעדער מאכט טעותים, און א מענטש טאר מען נישט אפשאצן לויט די פאר נעגאטיווע קלייניגקייטן. רובאשקין בלייבט א פיינער מענטש, א מענטש וואס אונזער יוסטיץ סיסטעם האט שטארק בא'עול'ט, און מ'דארף זיך פרייען מיט זיין ישועה.

יישר כוח, מר. פרעזידענט; און ברוך מתיר אסורים, ר' שלום מרדכי.
האט איר הנאה געהאט פון מיין ארטיקל? גיט א 'לייק' און שיקט א לינק צו אייערע פריינט. אבער בשום אופן נישט קאפירן דעם גאנצן ארטיקל און שיקן ווייטער - אדם אוסר את שלו.

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר