ינאי המלך נכד החשמונאים - א פארגייער פון אונזערע אדמורי"ם?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 1204 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1924 מאל

ינאי המלך נכד החשמונאים - א פארגייער פון אונזערע אדמורי"ם?

שליחה דורך ארי נוהם »

יעצט נאכן ענדיגן די ימי החנוכה בכי טוב, ווען מהאלט אינמיטן חרטה האבן אויף די מאס פאנקען וואס יובילירן און געדערים, און מוויל מער נישט אריינקוקן אין דעם שוידערליכן ספר בית יוסף וואס האט אונז פארשקלאפט פאר אכט טעג מיט זיין באמבע קשיא. יעצט ווען מקלינט אויס די מנורה פון די אויל אפפאל, און נר מצוה זוכט שוין די נייע היכא תימצא וויאזוי צו מאכן געלט דורך פארקופן כל מיני שגעונות. יעצט ווען די סקעיל צוברעכט זיך פון די קושי השעבוד נאך אכט פלאס חנוכה פארטיס.

אה, יעצט, וויל איך פרעגן מיין שווערע קשיא.

די חשמונאים זענען נישט געגאגנען מלחמה האלטען וועגן כוחי ועוצם ידי ח"ו, דער רבי זי"ע לאזט דעך נישט. זיי זענען געגאנגען לוחם זיין פאר כבוד שמים, הרגענען די יוונים, פטור ווערן פון די מתיוונים, און צוריק ארויפברעינגען די תורה צום אויבערפלאך. ניחא. האט מען געהאט פינעף ברודערס וואס האבן געפירט מלחמות, און שפעטער קומט דער גרויסער קעניג ינאי המלך. א קנאפע אייניקל פון איינער פון די ברידערס, און שוין איז ער א שייגעץ א באנדיט, איינער וואס איז א ריכטיגע מתייווני, א העלעניסט מיט אלע פיטשעווקעס, און רודפט אפילו די ערליכע יודען פונקט ווי אנטיוכוס אין זיין צייט.

דאס איז גאר מאדנע, אז דער אייניקל זאל זיך אויפפירן פונקט פארקערט ווי דער זיידע, אזוי ווייט אז ווען ער וואלט געלעבט בזמן הזיידע וואלט אים דער זיידע געהארגעט פארן זיין א מתייווני א עוכר ישראל. וויאזוי קען דאס געמאלט זיין.

אלא מאי זעהט מען פון דא, וכאן המשגיח מרעים ומרעיד בקולו, דרייענדיג מיטן פינגער און פארקייכענדיג דאס קול, אז absolute power corrupts. דער זיידע מיינט כבוד שמים, ער קומט מלחמה האלטען מיט די אלטגעזעצעענע שגצים, די אנגעפרעסענע מתייונים, אבער דער אייניקל באקומט שוין זיין מלוכה על סיר הבשר, ער איז שוין געבוירן אין א שומערירענדע פאלאץ, ער איז שוין געווען א פרינץ אלץ קינד, און יעצט טוט ער פונקט פארקערט ווי די הייליגע זיידע, ווייל דאס געשעהט ווען מקריגט מאכט, אבסאלוטע מאכט.


אט דאס האב איך געטראכט טרויעריג ביים אדמו"רס חנוכה טיש, וואס דער רבי האט געפראוועט בלבוש מלכות, אנגעפראסן פון אלץ קינד און געפיעטשעט ווי א פרינץ, אז די איראניע איז ווי ווייט זיי שטייען פון דאס וואס דער בעל שם טוב האט טאקע געוואלט איינפירן אין כלל ישראל. ממש דאס פארקערטע ווי די אייניקלעך טוען היינט, וואס דריי הונדערט יאר צוריק וואלטן די תלמידי בעל שם אנגעראכטען זייערע פיילען טאקע געגן די אייניקלעך זייערע.

די אדמורי"ם פרייען זיך שטארק מיט חנוכה, ווען מהאט צוערשט געזעהן וואס פאסירט מיטן "אייניקעל". סוואקסט אונטער א רשע מרושע, א ינאי המלך, וואס צאפט בלוט פון וועמן ער וויל, אלעס צוליב זיין absolute power. און ער איז גאר א יחסן ווייל ער איז א רביש אייניקל: כבין א אייניקל פון הצדיק ר' מתתיהו, און דער פריערדיגער רבי ר' יוחנן'טשע כהן גדול.


די נוסח הערט זיך היבש קענטליך.
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)

דער אשכול פארמאגט 15 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר