א צומישט עם הארץ מיט א זאק אויבערפלעכליכע קשיות

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
באניצער אוואטאר
קנאקעדיג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 45
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 17, 2016 4:08 am
האט שוין געלייקט: 35 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 83 מאל

א צומישט עם הארץ מיט א זאק אויבערפלעכליכע קשיות

שליחה דורך קנאקעדיג »

ווער ס'קען מיר העלפן אויסגראדן מיינע זאכן וואס מאכן מיך טראכטן אסאך מאל אז אפשר גלייב איך נישט אזוי ווי מ'דארף. איך האב אלעמאל אנדערע קשיות און אסאך זענען מן הסתם פון עמעראצישקייט אבער וואס איז די חילוק אויב די באטעם ליין איז אז איך ווער ציניש אין אידישקייט אשר על כן שרייב איך אראפ אן א סדר און איך ווארט פאר הסברים אויף אלעם.

ווען איז די וועלט אין וואס אונז לעב מיר באשאפן געווארן? אין די תורה שטייט אז דער באשעפער האט באשאפן אונזער וועלט די זון, לבנה הימל, חיות, דאס איז געווען נאך פאר אדם האט געזינדיגט סוי איז אונזער וועלט וואו אונז זענען יעצט געווען די גן עדן? ווען איז געווארן עולם הבא מיט הזה? וויאזוי קען זיין אז אונזער גאנצע לעבן פון זיין דא אויף עולם הזה כדי אנצוקומען צו עולם הבא און באקומען שכר איז בכלל נישט געווען די ארגינעלע פלאן פון באשעפער, ס'ווערט בכלל נישט דערמאנט אין בראשית. דאס איז דאך אונזער גאנצער ציל דא זיך אפמוטשענען 80 יאר?? איז עס געשען דורך א צופאל ווען אדם האט חוטא געווען?
אל תסתכל בניקניק אלא במה שיש בו.
מיר האבן אן אנדערע ניק מיט איבער 1500 תגובות, מילא האט נישט מורא צו רעאגירן אדער לייקן קנאקעדיג, כ'בין נישט ניי דא!

דער אשכול פארמאגט 145 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר