ער האט אפגעשייגעצט!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
דבילה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:17 pm
האט שוין געלייקט: 1229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 550 מאל

ער האט אפגעשייגעצט!

שליחה דורך דבילה »

לעצטענס האט פאסירט אז א היימישע אינגערמאן האט מחליט געווען גענוק איז גענוק, 'ך גיי מיר צו אלע שווארצע יאר. גענוק געווען מיט מיין רעליגעזן לעבן וואס דערויף האביך מיר געהאדעוועט, לא מדובשך ולא מעוקצך.

מיר אינטרעסירט שטארק דער מעשה פון דעם אינגערמאן פונקט אזוי שטארק ווי סיי וועלכע גאססיפ וואסיך הער אין די חרד'ישע קאמיוניטי, ווי נישט האמיר דעך נישט ספארטס, און פון רביס צו רעדן כאפט דעך אן עקל, שוין, זאל זיין דעם אינגערמאן אויפ'ן צימבל. ווי נישט איז שוין אויף דעם אינגערמאן געווען אן אשכול וואס די הנהלה האט אפגעשפארט צוליב'ן פאקט אז דאס טוט אדורך א פריוואטן מענטשנ'ס לעבן און ווי 'ך פארשטיי האט דעך דעם בלאג אן אינטערעסע צו מאריך ימים זיין און אונטער דרואינג פון לאסוטס 'עטעס נישט טויגן. אבער דאך איז דא א וויכטיגע שמועס וואס ווערט דא פארלוירן.

דער אינגערמאן האט דעם טיר אויף ארויס נישט גע'עפנט, און ווי ס'שיינט האט ער ווייט ווייט פון פארשפארט דעם טיר הונטער זיך. ער האט געלאזט דעם טיר ברייט אפן פאר ווער ס'וויל עם נאכקומען, און נישט נאר האט ער געלאזט דעם טיר ברייט אפען, נאר מיט יעדן איינעם וואס גייט עם דורך וואקסט ער גרעסער און גרעסער. ממילא איז דאס א פענאמענאן וואס פארלאנגט זיך צוצולייגן דערצו אביסל קאפ.

דער שאינו יודע לשאול שטעלט זיך אפ געפלעפט. ער ווייסט נישט. עפעס האט עם געמוזט האבן שלעכט געווען אין שלום בית. וכו' וכו'. דער תם פרעגט שוין יא. פעלט דען עפעס אונטער'ן מאמע'ס פארטוך? פארוואס? וואס איז עם יעצט בעסער. האט ער דען ביז יעצט נישט געקענט טון וואס ער וויל? דער וואס איז גענויגט צו רשעות 'עט פרעגן אנדערש. וואס אינטרעסירט אונז אז דער אפיקורס גייט. ברוך שפטרנו מענשו שלזה! וויפול אידן האט ער מכשיל געווען מיט שאלות פון ברכות לבטלות אלץ צירוף למנין, יין נסך, און ווער ווייסט צו ער איז נישט צומאל געווען עפעס אן עדי קידושין אונטער די חופה. געלויבט דער פון אויבן וואס איז מבער קוצים מן הכרם. דער אנטלאפענע אידעך נישט מער און נישט ווייניגער נאר פון דער יעניגער ערב רב וואס דער קאמארנע ווארנט שוין אין נאמען פונ'ם בעש"ט אז פאר משיח'ס קומען 'עלען זיי זיך מערען ווי די פליגן.

וכאן החכם שואל, וואס איז באמת דאס וואס שטופט אזוין אינגערמאן אויף ארויס? איז דאס מעגליך בכלל אז א אינגערמאן זאל גיין נאר פאר מאראלישע סיבות צ"ב נישט וועלן לעבן א דאפעלטע לעבן וכו'? אדער אפשר ווייל ער פילט זיך געבינדן צו זאכן וואס זענען קעגן זיין געוויסן צ"ב ברית מילה, חתונה מאכן אומרייפע קינדערלעך, לעבן מיט גניבה וכו'? אדער אפשר איז נישט במציאות אז א אינגערמאן זאל אזוינס האבן אויפ'ן געוויסן. ס'איז בלויז תאוה תאוה תאוה - אזוי ווי יענע ראש ישיבה \ רבי (פיל אין דהע בלענקס) האט געזאגט, נישט דא קיין אפיקורסים – נאר בעלי תאוה!

אין די שאלה איבער אלע שאלות, וואס ווילן מיר באמת? א אינגערמאן מיט שאלות אין אמונה, חוץ פון דעם וואס מיר ווילן ער זאל זיך איבערצייגן אין די אייניגקייט פון גאט, די הויכקייט פון כלל ישראל, און תורה מסיני, ווילן מיר אז ביז ער ווערט איבערצייגט זאל ער זיך ארויסציען פון אונזער געמיינדע? ווילן מיר ער זאל שווייגן און קיינער זאל פון זיינע ספיקות נישט וויסן? אדער אפשר ווילן מיר גאר ער זאל יא רעדן פון זיינע ספיקות ('שטייטזיך אויף אן איידעלע וועג) און טון וואס ער קען שלום צו מאכן מיט'ן מצב?

דער אשכול פארמאגט 45 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר