"אהרן קדוש השם" - תולדות הגאון רבי אהרן יהודה לייב שטיינמאן

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
רעאגיר
יהודה מאשקאוויטש
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 21
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 14, 2018 9:15 pm
האט שוין געלייקט: 41 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 97 מאל

"אהרן קדוש השם" - תולדות הגאון רבי אהרן יהודה לייב שטיינמאן

שליחה דורך יהודה מאשקאוויטש »

אינעם נייעם וועקער, נומער 11, האב איך געשריבן דעם הויפט-ארטיקל, א לעבנסביאגראפיע אויף הרב שטיינמאן.

די אידישע פרעסע איז ליידער אנגעפולט מיט אגענדע געטריבענע מענטשן וואס וואגן נישט צו באשרייבן דעם גאון וצדיק ומנהיג הדור, הגאון רבי אהרן יהודה לייב שטיינמאן זצוק"ל, טראצדעם וואס טאקע די אידיש רעדנדע ציבור וואלט געדארפט צו זיין די ערשטע געוואויר צו ווערן דעם אמת איבער אט דעם לויטערן דמות פון הרב שטיינמאן.


ווען ידידי הרב ראובן האט מיר געבעטן איינמאל און נאכאמאל צו באשרייבן דעם אדם גדול, און טאקע פון אן אביעקטיוון ווינקל אנע מופתים-סטיל געשרייבעכץ, האב איך מיך אונטערגעגארטעלט די לענדן (נייע ווערסיע פון "שנסתי מתניים וחגרתי עוז ואזרתי אומץ ויצאתי ללחום מלחמתה של תורה") און איך האב געשריבן גאר א לאנגע ביאגראפיע צוטיילט אין צוויי חלקים.

דאס ערשטע איז זיין "תולדות החיים", פון בריסק קיין שווייץ, כפר סבא, בני ברק, און פון א יונגער תלמיד חכם ביזן ווערן דער גדול הדור, און אלעס ארום און ארום. דאס איז ערשינען אינעם יעצטיגן ניי-ערשינענעם וועקער.

חלק ב' וועט בע"ה זיין "אורחות החיים" (וואס צו דעם ציל איך בעיקר), און וועט אי"ה אדורכטון דעם פערזענליכקייט פון הרב שטיינמאן. זיין סגפנות, זיין חכמה, זיין פראגמאטישקייט, זיין התמדה, זיין איבערגעגעבנקייט, א.א.וו. דאס וועט האפנטליך ערשיינען אינעם קומענדיגן וועקער.


רוב עפיזאדן וואס זענען געשריבן געווארן אין מיין ארטיקל, זענען געהערט געווארן פון די מקור ראשון זעלבסט. איך שטיי בקשר מיט אסאך תלמידים פון הרב שטיינמאן זעלבסט, און זיי באשטייען עפ"ר פון ערנסטע ת"ח ומרביצי תורה אין ישיבות וכוללים. געוויסע מעשיות האב איך געזען פון די משפחה און מקורבים פון הרב שטיינמאן, און זיי זענען אויך אריין אינעם ארטיקל.

עס איז פשוט אז איך שרייב נאר פון מיין קוק ווינקל, מיין אבזערוואציע, און מיין פארשטאנד. וויבאלד יעדער מענטש טראכט אנדערש, וועלן די לייענער געוויס טרעפן פונקטן וואו זיי האלטן אנדערש, און איך וויל טאקע אז מ'זאל אלעס אויסשמועסן בדיבוק חברים, אבער מיט איין תנאי: עס איז נארמאל צו האלטן אנדערש, נאכן אדורכטון די פאקטן. עס איז קינדעריש צו האלטן אנדערש, כדי אנצוהאלטן פון-פאראויס-באשטימטע "פאקטן". דערפאר בעט איך אז די וואס קומען מיט אלטע איינגעמויערטע "פאקטן" פון וואס זיי קענען זיך נישט ארויסזען, זאלן לאזן דעם אשכול פאר קליינקעפיגע מענטשן ווי מיך, וואס ווילן נישט אנערקענען די סארט פאקטן א שטייגער ווי דאס אז הרב קוק איז "הר' קוק" / "קוק ימ"ש", הרב שטיינמאן איז א "מסית ומדיח", א גאב"ד פון א בי"ד אין ירושלים איז "מרא דארעא דישראל", און דער דברי יואל פון סאטמאר איז געווען "רשכבה"ג".


איך האף אז דער אשכול וועט זיך אנטוויקלען אלץ אן ארט וואו יעדער זאל קענען שרייבן עפיזאדן, אנעקדאטן, און אבזערוואציעס אויף דעם גדול בישראל, ריין פון קנאישע הין-און-צוריק טענה'רייען.

דער אשכול פארמאגט 72 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר