דר. לעררי נאסאר סקאנדאל - פארוואס ווערן מאלעסטערס פראטעקטעט

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
אספקלריה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 235
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 28, 2013 10:21 am
האט שוין געלייקט: 65 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 373 מאל

דר. לעררי נאסאר סקאנדאל - פארוואס ווערן מאלעסטערס פראטעקטעט

שליחה דורך אספקלריה »

א דזאשדזש האט היינט פאראורטיילט דר. לעררי נאסאר, דער הויפט דאקטאר פון די אמעריקאנע גימענאסטיק טיעם צו הונדערט פינף און זיבעציג יאר תפיסה.

דער דאקטאר האט זיך אפגעגעבן מיט די אטעלעקס, און זיי געהיילט די וואונדן און די מוסקלען, און מיט פארשידענע מיטלען און מיט קריעטיוו מאניפיולעשין האט ער בארירט זייערע פריוואטע מקומות, און זיך מקרב געווען אויף כמה אופנים מיט פארשידענע תירוצים און מאניפיולעשין, וואס ס'האט שווער געמאכט זיך צו כאפן וואס גייט פאר, ער איז געווען גאר געטריי און פריינטליך צו די מיידלעך און מיט זיין כאריזמע און פאוערפול פערסונאליטי האט ער באלעסטיגט הונדערטע מיידלעך פאר די לעצטע דרייסיג יאר.

איבער די יארן האבן צענדליגע מיידלעך זיך געוואנדן צו די קאמיטעי און די לידערס פון די טיעם, און די חברה האבן כסדר פארווישט און געלייגט אונטערן טעפיך.

איין פרוי האט זיך גענומען די קוראזש און זיך נישט געלאזט פון גארנישט, זי האט נישט גערוהט ביז זי איז געווען זיכער אז מ'גייט אים קלאגן, (למעשה ווען מ'האט געמאכט דעם סורטש ווארענט האט מען געטראפן ביי אים א גאר גרויסע מאס פון קינדער פארנאגרעפי און מ'האט אים אנגעקלאגט פאר דעם, ער האט אבער נאך אלץ געלייקנט די קלאגע פון מאלעסטעישן).

איינמאל מ'האט אים אנגעקלאגט, מיטאמאל זענען צענדליגע פרויען און מיידלעך ארויסגעקומען פון שאפע און פארציילט האר אויפשטעלענדיגע מעשיות וואס זיי האבן געהאט מיטן דאקטאר. איבער הונדערט פופציג פרויען האבן גערעדט, טייל אליינס אדער דורך זייער לויער, דורכאויס די זיבן טאגיקע סענטענסינג היערינג.

די שאלה איז וואס ליגט ביהיינד די סענעריע וואס חזר'ט זיך איבער נאכאמאל און נאכאמאל אז מאלעסטערס ווערן פראטעקטעט דורך די הויכע געווארדיע, מ'איז געוואוינט צו שרייען ביי אונז אז די רבנים פראטעקטן מענטשן וועגן געלט אדער אנדערע אינטערעסן, צו ווייל זיי האלטן אז מ'טאר נישט מסר'ן, למעשה זעהט מען ביי פארשידענע מעשיות אז ס'ליגט נאך עפעס אונטער דעם וואס מ'ברויך פארשטיין.

דער אשכול פארמאגט 23 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר