ארויסהאבן א ניק'ס לעבן לויט זיין געשרייבעכטץ

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
רעאגיר
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 985 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

ארויסהאבן א ניק'ס לעבן לויט זיין געשרייבעכטץ

שליחה דורך moshav zekeinim »

פאר די וואס טוען אין אור-אלטע היסטארישע פערזענליכקייטן, איז באקאנט אז דער וועג וויאזוי מען האט ארויס דעם מענטש, זיין לעבן און זיין מהות איז ע"פ רוב לויט זיינע מאמרים. און ריזיגע חלוקי דעות זענען פארהאן איבער טייל גרויסע פערזענליכקייטן, וויאזוי מען לערנט אפ זיינע מאמרים אויף צו ארויסצוהאבן זיין לעבן'ס שטייגער, היסטאריע, און מהות.

איז מיר איינגעפאלן אן אינטרעסאנטער איידיע. לאמיר מאכן א טעסט צווישן אונז קאווע שטיבל שרייבער ווי ווייט מיר קענען ארויסהאבן א ניק לויט זיין געשרייבעכטץ. און לויט אונזער סוקסעס וועלן מיר קענען האבן אן איידיע ווי ווייט ריכטיג די חוקרי אנשי השם בימים קדומים האבן געקענט ארויס באקומען א מענטשן'ס כאראקטער און לעבן פון זייערע מאמרים.

אודאי זענען פאראן חילוקים צווישן א טעסט אויף אן אמאליגער פערזאן און א טעסט איבער א היינטיגער ק"ש פערזאן.

מצד אחד איז אן אמאליגער פערזענליכקייט שווערער ארויס צו האבן צוליב די מרחק אין זמן און אין קולטור, בעת דעם ק"ש שרייבערס קולטור איז קלאר (אז ער רעדט אידיש און לעבט בדורינו, וואו און וויאזוי קען ער שוין וואוינען, וואס קען ער שוין עסן, וואספאר א עסקים קען ער שוין האבן וכו').

מצד שני איז דעם ק"ש ניק שווערער ארויס צו האבן צוליב וואס עס פעלט אונז די ריכטיגע טאלס וויאזוי צו צוגיין צו אזא פארשונג, בעת די חוקרים איבער אישים קדמונים זענען מער געלערנט איבער דעם. און ווי אויך זוכט זיך דער ניק צו באהאלטן, בעת דער אמאליגער האט עס נישט געטון.

אבער פארט איז אינטרעסאנט צו פראבירן און זעהן וואס די תוצאות וועלן זיין.

דער פראבלעם איז נאר אז כדי צו נעמען איינעם אויפן צימבל מוז יענער געבן רשות. און איך גלייב אז זייער ווייניג ניקים וועלן זיך מתנדב זיין זיך צו לאזן ארינצוקריכן אין די קישקעס, און נאכדעם זאגן דעם אמת ווער עס האט די מערסטע צוגעטראפן צו זיין ריכטיגער אישיות און לעבנס שטייגער.

וואלט איך פארגעשלאגן אז דער מתנדב זאל געבן באגרענעצונגען ביז ווי ווייט מען קען אריין גיין אין אים. למשל ער קען אפהאלטן פון פראבירן אויסצופיגערן זיין נאמען, משפחה, שטאט, קאמיונעטי א.א.וו. געוואנדן אינעם מתנדב.

פארשטייט זיך אז עס דארף זיך האלטן אויף א ערנסטע לעוול און נישט סתם ארום ליצעווען אדער אטאקירן דעם ניק בלי טעם. די מסקנות דארפן אויפגעוויזן ווערן דורך'ן ציטירן שטיקער פון דעם ניק'ס שרייבעריי, בקיצור אזוי ווי אן ערנסטער מחקר.

נאך עטליכע ערנסטע השערות און מחקרים איבער דעם מתנדב ניק, זאל דער ניק קומען און אויסרעכענען יעדנס טעות אדער סוקסעס.

נו חברים, וואס זאגט איר דערצו?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום moshav zekeinim, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).

דער אשכול פארמאגט 45 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר