שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

מאכט אייך היימיש און באקוועם...
רעאגיר
אפשר יא
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 30, 2018 12:15 pm

שליחה דורך אפשר יא »

ווען עס איז דא אן איבעריגן מינוט גאעבט מען א טראכט אפשר אין אפשר נישט איבער אלעם, אין די פלאץ.ווי עס צו ליפטערן איז פארשטייט זיך נאר דא איןנעם הייליגען שטיבל ווי מיר אלע פרעגן אין טראכטען!
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6285
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2859 מאל

שליחה דורך איך אויך »

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום געוואלדיג, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סיבה: מען דארף אויפנעמען א נייעם חבר רעספעקטפול
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
חסיד פון ליטא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 225
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 12:18 am
האט שוין געלייקט: 396 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 301 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך חסיד פון ליטא »

מיר זענען געקומען דא אויסגיסן די קאווע בונדלעך.

העי-העי-העי... קיינער זאל נישט כאפן, ס'דא גענוג פאר יעדעם.
פשטו ידיכם בגדוד!

עניוועי, אזוי ווי כ' בין לעצטענס ארויס פון ישיבת יוסף הצדיק (מרומז בחד גדיא) בין איך פארפליכטעט צו זיין מער אקטיוו דאהי.

מ'בעט דעם עולם זיך אנשפיצן די אויערן און ווארטן מיט געדולד אויף די דברי חכמה מיינע, עט מפיק מרגלי-ה (מאנסי רבי האט מיר געבעטן אזוי צו שרייבן מטעם הכמוס).


וואס נאך?
יאסל ווערצבערגער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 01, 2018 1:42 am

שליחה דורך יאסל ווערצבערגער »

איך בין א היימעשע אינגערמאן וואס האט אינטערעסע אין אסאך נושאים. ס.איז שווער צי זאגן וואס, אין כמעט אלעס וואס מ'שמיעסט געווענליך אין א קאווע שטיבל בין איך אינטערעסירט מיטצוהאלטן און הערן אסאך דעות און מיינונגען. איך האף אז איך וועל יעדעם צופרידנשטעלן.
פיסלעך
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 03, 2018 10:23 pm

שליחה דורך פיסלעך »

געוואלדיג געוואלדיג! דאס האב איך געזאגט ווען איך האב געטראפן קאווע שטיבל א שעה צירוק דאס ערשטע מאל. דאס זעהט אויס ווי זייער א פיין פלאץ. איך האף איך וועל קענען צוגעבן עפעס דא.
Yummi
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 12
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 06, 2018 12:00 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל

שליחה דורך Yummi »

ס'איז פארהאן פארשידענע "אזויווי'ס", למשל ווען איינער עסט א קאצקאץ ציקער פון א פדיון הבן איז 'אזויווי' ער פאסט פערציג טעג, וכדו' לו איז פארהאן א שלל מיט "אזויווי'ס" וואס מענטשן האבן זייער ליב, זאגט יענער אז די אלע סגולות העלפן נאר אויף די 'אזויווי' עבירות ווי למשל די 'כל הכועס "כאילו" עובד עבודה זרה' וכדו', אבער אויף די 'געהעריגע' עבירות נוצט קיין 'אזויווי', אויף דעם העט מען כאפן א 'געהעריגע' גיהינום.......
אייער מיינונג איז וועלקאם
או אינו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 271
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 01, 2017 8:05 pm
האט שוין געלייקט: 251 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 123 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך או אינו »

Yummi האט געשריבן:ס'איז פארהאן פארשידענע "אזויווי'ס", למשל ווען איינער עסט א קאצקאץ ציקער פון א פדיון הבן איז 'אזויווי' ער פאסט פערציג טעג, וכדו' לו איז פארהאן א שלל מיט "אזויווי'ס" וואס מענטשן האבן זייער ליב, זאגט יענער אז די אלע סגולות העלפן נאר אויף די 'אזויווי' עבירות ווי למשל די 'כל הכועס "כאילו" עובד עבודה זרה' וכדו', אבער אויף די 'געהעריגע' עבירות נוצט קיין 'אזויווי', אויף דעם העט מען כאפן א 'געהעריגע' גיהינום.......
אמאל געהערט פין וויען רב, כאילו איז די פשט אז יש עולם שזה המציאות ממש.
אסאך בעסער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 33
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 11, 2018 7:27 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל

שליחה דורך אסאך בעסער »

א גיטן. איך ליין שוין א שטיק צייט דא אויפן וועלטל אין איך האב זייער הנאה אין הגם איך בין נישט צו א גרויסע שרייבער פיל איך אבער אז אזויווי איך וויל אמאל פרעגן עפעס אדער ענטפערן פאר איינעם וואלט כדי געווען איך זאל עפענען א ניק.
איך האף טאקע איר וועט מיר אנעמען. ישר כח
אלי גרין
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 12, 2018 12:43 pm

שליחה דורך אלי גרין »

איך קלער אז קאווע שטיבל קען זיין א גוטע פלאץ ווי מען קען ליינען אין שרייבן מיינונגען פארשטייט זיך אויף א אידישליכען אין מענטשליכן אויפן. נישט אז איך בין א גוטע שרייבער אבער איך האב יא ליב צו ליינען, אין הערן מיינונגען פון פארשידענע אנדערע מענטשן
באניצער אוואטאר
זיכענדיגע שטיר
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 20
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 13, 2018 11:59 am
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל

שליחה דורך זיכענדיגע שטיר »

איך גלייך מיטצוטיילן מיין דיע מיט וועם איך קען, איך בין גאנץ שטארק מיט וואס איך האלט אבער אויב קען איך איבעראקערן א נושה און טוישן מיין מיינונג וועט עס דערקוויקן מיין הארץ. איך בין א וויליאמסבורגע געבוירענע, איך בין ערגעץ אין דערמיט פון אין די סיסטעם אין אינדרויסן.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5359 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6485 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

איך האב זייער ליב צו ליינען דא אין קאווע שטיבל, איך האב נישט קיין סאך צוצולייגן, די ביסל וואס איך האב צוצולייגן איז בעיקר צו אויסשרייען דעם דבר ה' ברמה, און דעם 'אמת'ן דעת תורה, און פון מאל צו מאל אנדערע זאכן וואס זענען נוגע פארן כלל, כאשר עיניכם תחזינה מישרים.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
זיכענדיגע שטיר
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 20
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 13, 2018 11:59 am
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך זיכענדיגע שטיר »

א גוטן אייך אלע!
איך בין א זיכנדיגע שטיר.
וואס הייסט פרעגסטי? כעל דיר מאסבערן,
איך זיך דעם אמת ווי א שטיר זיכט דעם וועג ארויס פון שלאכט הויז.
איך גלייך פאליטיק יודיש אדער גוי׳איש, איך פלעג זיין א ליבעראל, היינט קאנסידער איך זיך א קאנסערוועטיוו.
עקס-ארויני, איך פאשע אין פרעמדע פעלדער ווייל אין מיין עקספיריענס מאכט זיך אז יענעמס גראז איז גרינער, און אפילו אויב איך גיי נישט טרעפן יענע גראז וועל איך זיכן מיט האפענונג.


Sent from my iPhone using Tapatalk
די ראק
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 16, 2018 2:01 pm
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

שליחה דורך די ראק »

אויפגעוואקסען אין וויליאמסבורג געלערענט אין סאטמאר-זאלי יעצו חתונה געהאט אין באקומען עקסעס איך האב געליינט אביסל די ארטיקלען און זייער הנאה געהאט און באשלאסן צו ווערן א חלק איך בין אלע יארן געווען א קינד אין די סיסטעם נישט קיין אויפגעקלערטע אין איך האף איך וועל הנאה האבן דא
א טויגליכע געדאנק
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 18, 2018 5:37 am
האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל

שליחה דורך א טויגליכע געדאנק »

א גיטן. איך האב נישט אסאך וואס צו זאגן צו מאכן א 'פענסי' הקדמה, דעריבער וועל איך גיין גלייך צו תכלית. עס האט שוין געוועהן כמעט פינף יאר זייט איך האב פארלאזט די באבוב'ע (אדער קאטשין'ע - עס ווענט זיך אויף וועלכע קרייז איר זענט א חלק פון) חסידות. עס איז גאנץ א לאנגע מעשה צו דארציילן אלעס וואט האט פארסירט, אבער בקיצור, איך האב געגאנגען פון א חסידישע חדר צו א 'היימישע' ישיבה קטנה (וואו זיי האבן געהאט קלאסען פאר די 'נאוי יארק ריגינטס'), און פון דארט נאך בערך צוויי א האלב יאר האב איך געגאנגען צו א מעדערנע ישיבה. און באלד וועל איך גיין צו די 'Macaulay האנערס פרויגראמע' אין סיטי קאלעגע צו לערנען פיזיק אָדער אינזשעניריע. אלעס גייט זייער גוט, איך האב זייער א נאנטער קשר מיט מיין משפחה (עלטערן און געשוויסטער - וואס האבן צוזאמען דעם טויש געמאכט. ליידי די קשר איז נישט די בעסטע מיט די זיידעס, מימעס און פעטערס... אבער דאס שאט נישט אויף אינז. עס איז וואס ס'איז), און עס זעהט אויס אז איך האב א לעכטיגע וועג פאר מיין 'פיואטאר'. אבער, מיט דעם אלאמן, עס איז דא איין זאך וואס פעלט. אזוי ווי איר קענען זעכער זעהן, מיין אידיש איז בכלל נישט אויף די מדריגה וואס עסט דארפט צו זיין, און עס איז נישט די זעלבע ווי עס האט געוועהן ווען איך האב נאך געוועהן א חלק פון די חסיד'שע קהילה. און דאס מאכט מיר גאר טרויעדיג, ווייל איך בין זייער שטאלץ פון מיין אידיש, און אז איך בין 'ביילינגיואל', און פארגעסען מיין ערשטע שפרייך, אזא הערליכע שפרייך... דאס פשוט קען איך נישט לאזן געשעהן פאר מיר. אויך, יעצט אז איך שרייב שוין א ביסל ברבים, וועל איך אייך לאזן וויסן עפעס וואס איז גאר וואכטיג פאר מיר. איך בין זיכער אז עס איז דא פאר לייט אין די חשוב'ע עולם וואס זענען באקאנט מיט די אפליקציה Duolingo. עס איז אן אפליקציה וואס האט אסאך שפרייכען וואס מען קען זיך אליינס, גרינגערהייט, אויס לערנען - אויף בחינום. אבער, כאטש עס האט רוב פון די הויפט שפרייכן, קיין אידיש האט עס ליידע נישט געהאט. ביז א חבר האט מיר געוויזן אויף די אינטערנעט אז עס איז דא א קביצה פון חברה וואס ארבעטן אויף דעם... און צי קענען ארבעטען אויף דעם מען נישט האבן קיין סאך. מען דארף קענען פארשטיין און שרייבן אויף א קלארע אידיש. איך האב שוין געשיקט מיין אפליקציה צו משטתף זיין. אבער אפילו אויב זיי לאזן מיר העלפן מיט דעם, איך בין זיכער אז עס איז דא א סאך מענטשן פון די חשובע עולם וואס וועלן האבן א חשק זיך צו מצטרף זיין און זענען א סאך מער קוואלאפייד פאר דעם פעילה ווי מיר.
שוואנץ
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 2
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 18, 2018 2:40 pm
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

שליחה דורך שוואנץ »

איך האב מחליט געווען זיך איינצושרייבן אין קאווע שטיבל ווייל איך האב זאכן וואס מקען נישט רעדן אין בית המדרש וועגן טערראר קרוב צו 30 יאר סעילס מאן גוטע שפראך צו מענטשן איך האב ליב צו הערן אנדערע מיינוגען און אליינס מחליט זיין וואס איז אמת
feine nies
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 5
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 19, 2018 3:55 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

שליחה דורך feine nies »

איך לייען שוין א לאנגע צייט קאווע שטיבל איך גלייך דעם פורום אין פין מאל צי מאל וויל איך אריינשרייבען מיין מיינונג האב איך געפילט אז איך מוז מיר שוין רעגיסטרירן אז איך זאל אויך האבן א דיעה וכדומה
יודי
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 3
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 21, 2018 8:21 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל

שליחה דורך יודי »

איך האב באשלאסען צו JOIN ווייל עס קוקט מיר אויס צו זיין אינטרעסאנט. איך בין 23 איך ווין אין בארא פארק אין איך ארבעט אין א אפיס. איך בין נישט קיין ספעציעלע חסיד איך בין נאטראל ווי מען רופט עס.
יוסלע רוזנבלט
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 22, 2018 4:34 pm

שליחה דורך יוסלע רוזנבלט »

איינער האט מיר געשיקט די וועקער האב איך געוואלט זעהן וואס די וועבסייט איז און עס איז מיר געפאלן.
איך זעה מען שרייבט דא זאכען וואס עס געפעלט מיר
א שטייגער פון ווי יום טוב ערליך ניגונים קומען און נאך
משה גימפל
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 22, 2018 10:48 pm

שליחה דורך משה גימפל »

וואס איז דאס קאווע שטיבעל?
ווער זענען די טרינקערס?
איז דאס כשר מעג מען על פי חסידות?
על פי מענשהייט זיך דרייען אדער מען גייט אריין אין די כלל פון אינה מן הישוב???
איז מען כשר לעדות אז מען טרינקט די קאווע ווער האט דאס מברר געוועהן
יבדש כחרס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 25
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 25, 2018 8:03 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 12 מאל

שליחה דורך יבדש כחרס »

איך וויל זעהן מער free speech אין אונזער סאסייעטי, די ערשטע סטעפ איז צו joinen ״קאווע שטיבל״ יעדער איז unique אויב וועט מען געבן ״רעכט״ יעדן איינעם ארויסצוקומען פון זיין באקס וועלן מיר אויסזעהן בעסער, אזוי מיין איך, יעדער זאל זיין free צו לאזן הערן זיין מיינונג
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5359 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6485 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

משה גימפל האט געשריבן:וואס איז דאס קאווע שטיבעל?
ווער זענען די טרינקערס?
איז דאס כשר מעג מען על פי חסידות?
על פי מענשהייט זיך דרייען אדער מען גייט אריין אין די כלל פון אינה מן הישוב???
איז מען כשר לעדות אז מען טרינקט די קאווע ווער האט דאס מברר געוועהן

ביינונז איין אמעריקע ווייסט מען אז everyone is innocent untill proven guilty, אדרבה, געב ארויס א בירור להלכה וואס די פראבלעם מיט קאווע שטיבל איז, און מ'עמער זען צי דו רעדסט דברים של טעם.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
Izakbeery
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 12, 2018 1:03 am

שליחה דורך Izakbeery »

א יונגערמאן וואס גלייכט צי ליינען חסידישע פוליטיק אין יידישע היסטוריה איךבאלאנג צי סאטמאר בערך פערציג יאר אלט מענטשען גלייכן מיך צי הערן זינגען אין דאווענען מיין ציל איז צי לעבען אין לאזען א צווייטען אויך
נחום הסופר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 289
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 13, 2018 1:04 pm
האט שוין געלייקט: 221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 359 מאל

שליחה דורך נחום הסופר »

איך בין א קליינער פשוטער איד'ל, אבער גלייכט היסטאריע און פרובירט צו נוצן דעם זעלבסשטענדיגן שכל וואס דער אלמעכטיגער גאט האט געשאנקען פאר אלע זיינע באשעפענישן און ספעציעל פארן מין האנושי.
קאווע שטיבל דאס איז דער פלאץ צו וועלכע איך שטרעב שוין א לאנגע צייט זיך אנצושליסן, און אצינד איז געקומען די ריכטיגע צייט בס"ד.
רעאגיר