ווען דיין קהלה טוט אן עוולה - וואס טוט מען?

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 128 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2066 מאל

ווען דיין קהלה טוט אן עוולה - וואס טוט מען?

שליחה דורך אישתישבי »

אונז דא אין דעם שטיבל זענען על פי רוב חרדים, רובא דרובא, און פראבירן צו זיין ערליכע מענטשען, און ווען איך זאג ערליך רעד איך נישט דוקא פין די תרי"ג מצוות, און מיין צו זאגען קארעקטע מענטשען, וואס פראבירן זיך צו פירען ריכטיג. (אוודאי ווייל עס איז איין'ס פין די תרי"ג מצוות).

וואס טוהן רוב מענטשען וואס זענען חסידים צו ליטאים פין א געוויסע באוועגונג, און די קארפן קנאקערס וואס זענען עומד בראש האבען מחליט געוועהן צו טוהן א געוויסע עוולה, פארשטייט זיך אז ווען מענטשען טוהן א עוולה איז עס געוועהנליך נישט ווייל זיי ווילען טוהן א עוולה, נאר לפי עניית דעתם נראה אז דאס איז די ריכטיגע מהלך, טאמער מאכען זיי א מחלוקת איז עס שלום, טאמער מאכען זיי א גניבה, איז עס קויפען, טאמער איז עס מלבין פני חבירו ברבים, איז יענער א רשע מרושע א מצוה צו באגראבען, און די ליסטע איז ענדלאז, אבער ווי געווענליך איז דרכן של הקהילות והחסידות'ן והליטאים'ניקס, כל החרדים בשמו הטוב, אז ווען די "זאך" האלט אזוי, זונגט דער גאנצע עולם מיט היידא היידא.

יעצט איז די שאלה, טאמער איך צאפעק וואס איז א איפכא מסתברא און מוז האלטען פארקערט, אז מיין רבי איז גאר דער שייגעץ, און ווען ער רודפ'ט יענעם איז עס שלא כדין, צו ווען ער האט מסלק געוועהן יענער מנהל און געמאכט א צווייטע פיפיק מנהל ווייל יענעמס זיידע האט געריבען די פיס פינעם רבין נאך הקפות, און כדי צו פארענטפערען די מעשים טובים דארף מען דאך באשמוצען דעם ערשטען וואס איז גראדע אויך א פיפיק, נאר דער פיפיק געפעלט מיר בעסער, וואס טוה איך דא? גיי איך ארויס בחרב ובחנית קעגען רבי'ן? ד.ה. איך בין מכריז ומודיע אז נישט מיר, איך ווייס דער אמת! אדער איז מען שטיל און מען זאגט גארנישט, און מען עסט דער עגמת נפש, אדער גייט מען אינגאנצען פארקערט, מען טוישט דעות און שיטות און מען פאטשט מיט היידא היידא, מיטן רבין ווען מען זאגט ולמלשינים האט מען אויך אינזינען דער פאלשער מסור, וואס דער קנאקער אהן א נון האט מחליט געוועהן אז יענער איז א מסור??

איך רעד אלץ משלים, אבער לכאורה פארשטייט מען וואס איך מיין, איך מיין גארנישט ספעציפיש וואס איז יעצט עולה על הפרק, נאר רעד פין זאכען וואס געשעהן יעדער טאג.

מיט יעדעס טאג וואס מען ווערט עלטער, ווערט דער פסוק יוסיף דעת יוסיף מכאוב קלארער, דער טיפש און תם חסיד, האט דאך א גליקלעך לעבען, נישט קיין שום עגמת נפש, אלץ איז ביי אים כשר וישר, ער זעהט בלויז נחת, און זעהט דער יד ד' אין יעדער וואס דער רבי טוט פאנישען, און איך זעה נאר דעם רבי'ס ידו הגדולה, וואס קען זיך נישט איינהאלטען פין ניצען זיינע גשמיות'דיגע כחות פאר זיינע געברויכען.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!

דער אשכול פארמאגט 21 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר