ר' שמואל ווידער ע"ה (וועקער 12)

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
רעאגיר
באניצער אוואטאר
כלבאשבוע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1022
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1098 מאל
קאנטאקט:

ר' שמואל ווידער ע"ה (וועקער 12)

שליחה דורך כלבאשבוע »

אין די נייע וועקער אויף פסח איז דא א אפשאצונג אויף ר' שמואל ווידער ע"ה, רעדאקטאר פון בלאט וואס איז נארוואס יעצט אוועק.

קודם א הערה פאר ווער ס'האט נאך נישט געליינט די ארטיקל. מאך זיכער צו ליינען די הקדמה ערשט, כאטש רוב מאל קען מען סקיפן די הקדמות ווי די שרייבער באטראכטן זיך אליין מיט א ערנסטקייט כאילו זיי האלטן אינמיטן א מח אפערעשאן, איז דא די הקדמה א חלק פון די אפשאצונג, די ארטיקל האלט זיך אינגאנצן נישט צום סטענדערט וואס די הקדמה זאגט פאר, נאר פארקערט ס'מאכט דאס גענאר דערפון און דעס ממש איז דאך געווען די מהות פונעם מענטש.

ווער ס'האט געליינט פארמעגליך איבער די חלוקה אין סאטמאר שמעקט דא א היימישקייט, די ארטיקל פראבירט אנהייב אביסל זיך פארשטעלן אלץ נייטראל אבער פארפארט אין גרויסן, דער שרייבער קען אויך נישט מחליט זיין צו דער רעדאקטער איז געווען א קריעטיוו זשיניעס אדער סתם א חסידישע לץ וואס האלט אונטער דעם עולם אין מקוה, און מ'געבט אים אפ כבוד האחרון אין גרויסן דורך טרייבן ליצנות פון אים אליין כדרכו בקודש, צום סוף מאכט דער שרייבער זיכער צו דרייען אויף צוריק אביסל און גיסט אויס קיתונות של שופכין אויף דער איד און משה גבאי אז ס'זאל אויסקוקן ניוטראל.

ס'איז אויך דא פאקטישע טעותים, למשל פון צווישן די שורות קען מען מיינען אז שמואל ווידער מיט פינקי וועבער זענען געווען מי יודע וואסערע נאנטע ידידים, ווער ס'ווייסט פאקטן ווייסט אז ס'איז רחוק מן המציאות, לדו"י.

after everything is said and done איז די ארטיקל זייער אינטערעסאנט פאר וועם ס'אינטערעסירט די סאטמערע חאזעריי אבער א דירעקטע סתירה פארן אזויגערופענעם הויכע סטענדערט פון די וועקער, נאכן ליינען די גאנצע ארטיקל דארף מען נאכאמאל איבערליינען די הקדמה און זיך רייבן די אויגן, די attempt זיך אהערצושטעלן אלץ אביעקטיוו איז א שאד און פאלש מכתחילה און נאך אלע מעשיות קען נישט די שרייבער ארויסקריכן פונעם באקס וואס ער טענה'ט אז די נפטר איז געלעגן אין.
לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.

דער אשכול פארמאגט 33 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר