שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

מאכט אייך היימיש און באקוועם...
רעאגיר
טוב ויפה
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 17
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 17, 2018 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

שליחה דורך טוב ויפה »

א גוטן מיינע ליבע פריינט
איך קום דא אלס נייע מעמבער היינט
אזוי ווי איך בין אינעמ שטיבל א גאסט
זייטס מוחל און נעמטס מיר אויף ווי עס פאסט
דער אייבישטער זאל אייך באגליקן
און אלע גוטע ברכות שיקן
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9686
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3424 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9048 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

פאר אלע נייע צוגעקומענע ניקס וויל איך אויסרעדען אז עס איז נישט דא קיין באהאלטענע גליקען אין שטיבעל. פון זיך אריין שרייבען האט מען איין מעלה, אז מ׳קען שרייבען און צולייגען צום שמועס. אחוץ דעם האט עס נישט קיין שום פשט זיך אריינצושרייבען.

גארטעלט׳ס ענק אונטער און שרייב א מיינונג, א דערהער, א חידוש, א קשיא, א פירכא, א וויץ, אדער סיי עפעס. לעב אונז אויף און דערמיט וועסטו אויך לעבען.
פלוני
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 32
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2018 6:20 pm
האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל

שליחה דורך פלוני »

אני פלוני בן פלוני בן בנו של פלוני נכד של פלוני, גם אבי נכד של פלוני, והוא פלוני בן פלוני בן פלוני, שגם הוא פלוני בן פלוני מתייחס לפלוני בן פלוני ונכד של פלוני הגדול
חסיד פון ליטא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 225
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 12:18 am
האט שוין געלייקט: 396 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 301 מאל

שליחה דורך חסיד פון ליטא »

האסט פארגעסן צו שרייבן אז דו ביסט אויפגעוואקסן ביים פלוין פון ממרא
מודה בטפל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 71
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 21, 2018 3:04 pm
האט שוין געלייקט: 65 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 101 מאל

שליחה דורך מודה בטפל »

כ'בין פינף און דרייסיג יאר פון ברוקלין ניו יארק, א פלאמפייערדיגער חסידישער איד וואס פארדאמט יעדער וואס גייט נישט אין מיין שפאן. אבער נישט געזארגט איך פלאן בעיקר צו ליינען, אז ס'וועט וויכטיג אויספעלן וועל איך זיך לאזן הערן
כ'בין נישט דא זיך צו טענה'ן מיט קיינעם, כ'זאג מיך אפ מיינס און געגאנגען ווייטער
קליפת השום
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 25, 2018 12:26 pm
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

שליחה דורך קליפת השום »

איך בין א ייד וואס האט ליב פארברענגן מיט יידן. איך האב ליב פאליטיק, היימישע און אלגעמיינע, נייעס, מוזיק, פאעזיע און נאך פון די שמועסן וואס קומען דא פאר. איך וויל ווערן א חבר צו קענען אנטייל נעמען און נישט נאר לייענען.
חסיד פון ליטא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 225
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 12:18 am
האט שוין געלייקט: 396 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 301 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך חסיד פון ליטא »

מודה בטפל האט געשריבן:כ'בין פינף און דרייסיג יאר פון ברוקלין ניו יארק, א פלאמפייערדיגער חסידישער איד וואס פארדאמט יעדער וואס גייט נישט אין מיין שפאן. אבער נישט געזארגט איך פלאן בעיקר צו ליינען, אז ס'וועט וויכטיג אויספעלן וועל איך זיך לאזן הערן
קריעיטיוו ניק.
אבער זייט וויסן אז פון א מודה בטפל ביז א כופר בעיקר איז א קאצן שפרינג.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 19571
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 24498 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14863 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

חסיד פון ליטא: עין שעילעה. איהר געיט א שטריימל שבת ויו"ט. איהר לערנט און פארענטפערט ר' חיים'ס. מיט וואס טוטצאך אויסדרוקן אייער ליטווישקעיט. למשל, אן אונגערישער עסט קאטשאניו, ראפאגאש בארכעס און קאקא אוש קעיק. און זיין ווייב האט באשטעלט א טשיללאר אין דיינינג רום. א גאליציאנער עסט א שטיקל טרוקן ברויט וואס איז 3 טאג אלט מיט א ציבעלע. און ר'איז העפי אז ס'האט איהם נאר געקאסט 50 סענט...!
קוקי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 26, 2018 11:53 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 111 מאל

שליחה דורך קוקי »

איך האב זייער ליב טשאקלעד קוקיס, ממש איך וואלט עס געגעסן טאג און נאכט און ביינאכט נאך מער.
לעמאן קוקיס איז נישט צו מיינע גוימען, אבער נישקשה.
ווידער האני קוקיס איז גוט מיט א גלעזל מילך אבער קאווע וועט עס רונען אינעם טעם.
סאמועל
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 5
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2018 10:00 pm
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 51 מאל

שליחה דורך סאמועל »

איך בין דער שרייבער פון די ארטיקל אויף ר' שמואל ווידער ע"ה אין דער וועקער ניסן תשע"ח. איך בין שטארק צופרידן אז כ'האב געהאט די געלעגנהייט צו באשרייבן דעם נפטר ע"ה אויף די שפאלטנס פון די פרעסטישפולע וועקער מאגאזין, און איך וויל הערן די הערות והארות פון דעם ציבור אויף מיין ארטיקל. איך ענדיג דא צו מיט א בקשה מען זאל מיר ארייננעמען כאטש איך בין נאכנישט אנגעקומען צו די גענויטיגטע פערציג ווערטער.
באניצער אוואטאר
נקודת-אמת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 487
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 3:16 am
האט שוין געלייקט: 396 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 624 מאל

שליחה דורך נקודת-אמת »

סאמועל האט געשריבן:איך בין דער שרייבער פון די ארטיקל אויף ר' שמואל ווידער ע"ה אין דער וועקער ניסן תשע"ח. איך בין שטארק צופרידן אז כ'האב געהאט די געלעגנהייט צו באשרייבן דעם נפטר ע"ה אויף די שפאלטנס פון די פרעסטישפולע וועקער מאגאזין, און איך וויל הערן די הערות והארות פון דעם ציבור אויף מיין ארטיקל. איך ענדיג דא צו מיט א בקשה מען זאל מיר ארייננעמען כאטש איך בין נאכנישט אנגעקומען צו די גענויטיגטע פערציג ווערטער.

יעך האב געציילט 73 ווערטער
אבער שוין...
הקאצקער זצ"ל שאל לחיהרי"ם זצ"ל על הפסוק אמת מארץ תצמח, מה זורעים בארץ שיצמח מזה האמת ענה לו ה"חידושי הרי"מ" בזה הלשון: אז מען בעגראבט דעם שקר וואקסט ארויס דער אמת.
(אמת ואמונה, קלד)
קומט אויס אז דער כח ההיולי פונעם אמת איז גאר דער באגראבענעם שקר! ודו"ק
חסיד פון ליטא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 225
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 12:18 am
האט שוין געלייקט: 396 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 301 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך חסיד פון ליטא »

berlbalaguleh האט געשריבן:חסיד פון ליטא: עין שעילעה. איהר געיט א שטריימל שבת ויו"ט. איהר לערנט און פארענטפערט ר' חיים'ס. מיט וואס טוטצאך אויסדרוקן אייער ליטווישקעיט. למשל, אן אונגערישער עסט קאטשאניו, ראפאגאש בארכעס און קאקא אוש קעיק. און זיין ווייב האט באשטעלט א טשיללאר אין דיינינג רום. א גאליציאנער עסט א שטיקל טרוקן ברויט וואס איז 3 טאג אלט מיט א ציבעלע. און ר'איז העפי אז ס'האט איהם נאר געקאסט 50 סענט...!
איך פארענטפער שווערע שבחי בעש"ט'ס.
איך עס חסידישע עסנווארג איינגעטינקן אינעם ליטווישן זויערקייט.
פאלקמאן
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 15
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 29, 2018 6:38 am
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 68 מאל

שליחה דורך פאלקמאן »

נאכ'ן אפהאלטן אן אינטערוויו מיט הרב מאיר שיללער פאר'ן וועקער פארשטיי איך אז ס'איז וויכטיג צו געבן א פלאטפארם פאר די ליינער וואו צו שרייבן הערות והארות אויפ'ן אינטערוויו. אלזא באגריס איך דעם קאווע שטיבל אלס א אידישער פאלקסמאן, איך וועל בלי נדר עפענען אן אשכול איבער דער טעמע פונעם אינטערוויו און פון דארט און ווייטער וועט זיך שוין פירן ווי ס'איז.
ידעתי ידעתי
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 9
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 04, 2018 12:07 pm
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9 מאל

שליחה דורך ידעתי ידעתי »

איך בין א חסידישע ייד [גליציאנער אין שורש] וואס וואוינט היינט צים טאג אין ארץ הקדושה ארץ ישראל.
אזוי וי פארט מיין באקגראונד איז אין אמריקע, פעלט מיר אויס אביסל "אנשים כערכי" אין מיין געזעלשאפט, צו שמיעסן גישמאק אריבער פירן גידאנקען, הערן פארשידינע דעות אין סברות, מיט דעם אלטן יידישן טעם, לויט וי איך האב פארשטאנען איז דא דער ריכטיגע פלאץ צי דער צי, דהיינו פיינע אויף געקלערטע מענשטשן בראוד מיינדעד פערסאנס, א.א.וו.
שלום1234
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 08, 2018 10:08 am

שליחה דורך שלום1234 »

איך בין א חסיד אבער האב ליב צוזעהן וואס סטון זיך אוף די אנדערע זייט...Like news Jewish articles and discussions
אידישע ארטיקלעןאון צימעס לעבט אויף דעם כלל ישראל
באניצער אוואטאר
calculator
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2018 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

שליחה דורך calculator »

פשוט ווייל עס איז א גיטע פלאטץ זיך אויסצליפטערען, לכתחלה געהער נישט צי קיין איין חסידות אין בדיעבד בין איך א סקולענע חסיד איך בין אלט 28, איך בין זייער א גראדע מענטש אלעס דארף ביי מיר מאכן סענס אין אויב נישט דארף איך עס ארויסזאגן.
באניצער אוואטאר
טראק דרייווער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 10
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2018 3:15 am
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

שליחה דורך טראק דרייווער »

שוין לאנג געהערט / געזעהן פון קאווע שטיבל אבער לעצטענס האב איך מיר שוין צופיל אנגעהאנקעט מיט זיי האב איך מחליט געווען צו ווערן א געהעריגע מעמעבער כהאף כהעל הנאה האבן איך בין 25 יאר אלט א סאטמארע חסיד פון קינדווייז אן איך האב ליב דעם אייבירשטען און טריי אים צו פאלגן מיט אלעס
Graphic24
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2018 11:10 pm

שליחה דורך Graphic24 »

שלום עליכם טייערע חברים!
אצינדער טוה איך אייך דזשוינען בכדאי עס זאל נישט ח״ו זיין א קלער פון א פארלעצונג פון די ׳פרידאם אוו ספיעטש׳ געזעץ, כידוע ווען טראמפ ירום הודו האט נישט געוואלט צולאזן מאנכע אריינצורעדן אין זיין קאנטע... וואס האט פאסירט...!
איך בין אין די דרייסיגער יארן, איך האב פון מאל צומאל געוויסע רעיונות, השקפה בליצן, מיינונגען וואס איך וואלט ׳זייער׳ הנאה געהאט ווען איך קען דאס ווען מיטטיילן מיט אנדערע... דא האף איך וועט דאס זיין א געלעגהייט.. און בעז״ה וועט דאס זיין ״זה נהנה.. וזה נהנה..״
פון פאך אויס בין איך (כשמו כן הוא..) א ׳גרעפיקער׳ מיט יארן עקספעריענס און איך ׳גלייך׳ וואס איך טוה.

...אויף צום ווידער-זען בקרוב אי״ה, דערווייל ׳ענדזשוי!׳
באניצער אוואטאר
קטלא קניא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 128
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 08, 2018 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 78 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 626 מאל

שליחה דורך קטלא קניא »

עברי אנוכי ואת אלקים אני ירא. איך שרייב שוין אַ בלאָג אַרום פיפצן יאָר (לעצטנס היפּש ווייניקער) וווּ איך פלעג אַראָפּ לייגן את עניי ואת יגיע כפי. נאָר היות דער עולם האָט זיך היינט אַהער איבערגעקליבן איז דער צייט אַז אויך איך מיט מיין בידנע פּעקל זאָלן זיך אויך איבערקלייבן. נישט אינגאַנצן נאָר כמנהג הצדיקים בפּאַלם ספרינג, סאַראַטאָוגע, מיאַמי ודי בכל אתר ואתר.
העלפט פאַררעכטן דער עתיד פון אונזערע ייִנגלעך!
וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5359 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6485 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

קטלא קניא האט געשריבן:עברי אנוכי ואת אלקים אני ירא. איך שרייב שוין אַ בלאָג אַרום פיפצן יאָר

שוין גארנישט קיין קטלא קניא!!!
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
אונטער חכם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 998
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
האט שוין געלייקט: 591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 516 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך אונטער חכם »

קטלא קניא האט געשריבן:עברי אנוכי ואת אלקים אני ירא. .

באמת? איך בין שוין אינגאנצן צומישט.
שצם_חנכל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 159
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 576 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 154 מאל

שליחה דורך שצם_חנכל »

שוכט״ס [tag]קטלא קניא[/tag]

אפשר וואלט געווען כדאי עפעס א אויטענטיקאציע, אפשר א נאטיץ אויפן ארגינעלן בלאג אז דער נייער ניק אין קאווע שטיבעל זענט איר דאס טאקע (און פילייכט בחדא מחתא ארויסגעבן די אלטע ניק/ים אייערס)
Undercoverd
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 2
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 13, 2018 10:12 am
האט שוין געלייקט: 2 מאל

שליחה דורך Undercoverd »

שלום וברכה צו אלע קאווע שטיבל מיטגלידער. איך דריי זיך שוין דא א שטיק צייט. איך האב שטארק הנאה פונעם שטיבל. און איך וויל דשוינען די קלאוב. איך בין בערך דרייסיג יאר אלט, איך וואוין אין מאנסי.
רעאגיר