וואס מיינט 'ישיבה'? וואס איז איהר ציל?

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9686
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3424 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9048 מאל

וואס מיינט 'ישיבה'? וואס איז איהר ציל?

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דאס ווארט ישיבה באדייט פארשידענע בילדער און ערפארונגען ביי מענטשען. די אבות הקדושים האבען געהאט ישיבות, אברהם זקן יושב בישיבה. שם ועבר האבען געהאט ישיבות, נאר מיר ווייסען כמעט נישט ווער האט דארט געלערנט. עס איז געווען די שתי ישיבות סורא און פומבדיתא, און דורך די היסטאריא זענען געווען ישיבות. פונקט ווי די אלע ישיבות האבען אויסגעקוקט ווייסען מיר נישט. האבען זיי געהאט א שטאב פון משגיחים און קעכערס? א יערליכע דינער מיט א 'מענזע'?

היינטיגע צייטען, יעדער מוסד פאר'ן איינשפארען יונגער מאנסביל'ן רופט זיך אן א ישיבה, און צומאל אפילו פאר מיידלעך און גאר קליינע קינדער. די ישיבות לערנען זיך אפ איינער פון די אנדערע, הגם אז אפט האבען זיי גארנישט וואס זאל זיי צושטעלען איינער צום אנדערע אחוץ די אותיות פון די נעמען וואס זענען אייניג, און דאס וויל איך אויסשמועסען (דער טעמע ליגט מיר אין געדאנק א לאנגע צייט, דעריבער איז מעגליך אז איך האב שוין דערמאנט די ענין א פאר מאל אין מיין יארען אין קאווע שטיבעל).

די ליטווישע ישיבה סיסטעם, ווי איך האב מיר ערצויגען, האלט פאר אן עיקר אז א ישיבה איז א מין גאלאקסי פאר זיך, ווי די לעבען דרייט זיך ארום איין זאך "וואס זאגט דא די תורה?" דאס איז נישט קיין בית חינוך פאר די צוקונפט, נישט דארט לערנט מען וויאזוי צו זיין ערליכע בעלעבתים, און ניטאמאל וויאזוי צו ווערען ראש ישיבות און מגידי שיעור. א ישיבה איז א פלאץ ווי מ'זיצט און מ'ווערט געוואויר וואס איז די הלכה, מיט אלע איהר פרטים און פארשטאנדען. ווען אן אנהייבער איז אין א ישיבה, לערנט ער נאר די ערשטע טריטען, ער ווערט עלטער און ער פארשטייט בעסער, ביז ער קומט אן צו די שטאפעל פון קענען פסקנ'ן די הלכה. יעדער וואס קומט אין ישיבה ווערט א חלק פון די ווערטשאפט, על אף אז נישט יעדער וועט דארט בלייבען. מ'האלט אז עס איז זאגאר גוט פאר איינער אנצוהייבן אויף די גאנג, צו ער קומט אן צו נישט.

די אלע אנדערע זאכן וואס מ'טוט אין ישיבות, ווי די שטאטליכע דאווענען און די מוסר סדרים, זענען נאר א טפל צום עיקר.

ווען מ'האט מחליט געווען וועלכע מסכתות צו לערנען, ווי שנעל מ'זאל לערנען, ווער זאל זיין מגיד שיעור, אלס איז געווען פאר דער ציל, צו זיין א טריט אויפ'ן וועג אז דער בחור זאל זיין א זעלבסשטענדיגע למדן וואס קען ארויס נעמען די הלכה פון די גמרא מיט די ראשונים. נישט יעדער וועט אויספיהרען ביז'ן סוף, אבער צו יעדעם האט מען געגעבען די כלים.

און באמת טאקע דאס מושג פון ישיבה באלאנגט ענדערש צו ערוואקסענע ווי צו יונגערע. א פערציג יעריגע, וואס האט זיך שוין אנגעזאפט מיט אסאך תורה, זיצט אין ישיבה און ארבעט אויס די פסק הלכה. דער דרייסיג יעריגע איז אונטער איהם, און ער שטייט אויפ'ן וועג אהין. דער צוואנציג יעריגע איז אונטער איהם. מ'לאזט זיי שוין אריין אין די טינעידזש יארן, אבער דאס איז די ערשטע טריט אין די גאנג צום פערציג יעריגע.

פארשטייט זיך אז נישט יעדער מענטש ביי די פערצן יאר איז אינטרעסירט דוקא אין דעם, און נישט יעדער מענטש אין די יארן קען מען מאכען זיך אינטרעסירן אין דעם. א בחור וואס זוכט דאס נישט, באלאנגט טאקע נישט אין די מוסדות וואס די ליטווישע וועלט רופט אן א ישיבה, מ'קען נישט גייען אין שיך געשעפט און בעטען דריי פונט פיש. אין א ישיבה פארקויפט מען די סחורה.

האט מען געמאכט נאך עפעס אנשטאלטען, און מ'רופט זיי אויך אן ישיבות, טראץ דעם וואס מיט די ערשטע אנשטאלט האבען זיי גאנץ ווייניג צו טוהן. דארט טוט מען העלפען דער בחור דורכמאכען זיין טאג, מ'לערנט מיט איהם אביסל וואס איז וויכטיג פאר איהם צו קענען פאר שפעטער, מ'לערנט מעגליך מיט איהם א פאך פאר צוקונפט ועוד.

אין די נישט ליטווישע ציבור האבען זיי, אין די שפעטערע דורות, נישט געהאט די סארט ישיבות. אין אונגארען האט מען געהאט מוסדות וואס האבען זיך אויך אנגערופען ישיבות, אבער זיי זענען נישט געווען געצילט ווי די ליטווישע ישיבות, נאר מיט א שם המשותף. טאקע פאר דעם זענען זיי עפ"י רוב נישט געווען קיין זעלבסשטענדיגע מוסדות, נאר דוקא אונטער די פירערשאפט פון דער שטאט'ס רב וואס האט געהאט אחריות פאר די יוגענט אז זיי זאלען זיך האדעווען על התורה ועל היראה. זיי זענען געווען די נעקסטע שטאפל נאך די קינדער חדרים. מ'האט נישט גע'ענדיגט די ערציען ביים דרייצען יאר, מ'האט עס ווייטער געצויגען ביז שפעטער, דער וואס האט געדארפט ארבעטען איז געגאנגען ארבעטען ערגעץ אינדערמיט, און דער וואס האט געהאלטען ביים בלייבען א כלי קודש איז געבליבען צום חתונה. די מושג פון ישיבה האט אבער געמיינט א בית חינוך פאר די קענטעניסען וואס אן ערליכע איד דארף האבען.
מ'האט דארט געלערנט גמרא מיט אן אויג אז דער בחור זאל ווערען אן ערליכע מענטש, וואס שטייט אויף טעגליך פארטאגס, און לערנט א שיינע פאר שעה מיט א געשמאק. וויאזוי וועט ער וויסען וויאזוי דאס צו טוהן? מ'איז איהם צו דעם מחנך אלס בחור. מ'האט געלערנט שו"ע, ווייל שו"ע פאדערט זיך צו קענען צו לעבען א תורה לעבען. אין ליטווישע ישיבות האט מען קיין שו"ע נישט געלערנט, ווייל דאס האט גארנישט מיט די תכלית פון די ישיבה, די ישיבה איז נישט קיין פלאץ ווי מ'לערנט זיך אויס וויאזוי צו לעבען, פאר דעם ביסטו געגאנגען אין חדר, און ווייטער וועסטו אליינס לערנען. מ'האט אפשר געמאכט א זכר לחרבן, א משנה ברורה סדר נאך שחרית, וואס האט אן אנוועזונג ראטע פון בערך א האלבע פערצענט. אין די ישיבה ווי איך האב געלערנט, האב איך ניטאמאל געוואוסט צו עס איז דא בכלל אזא סדר.

דאס איז בעיקר באשטאנען אין אונגארען, אין גאליציע און פולין זענען כמעט נישט געווען קיין ישיבות, און נאך די ערשטע וועלטס קריג ווען געוויסע האבען יא גע'עפענט, זענען זיי געווען אויף די שטייגער.

אז מ'קוקט זיך אום אין אמעריקא היינט, האט מען געבארגט האלבע מושגים איינער פון די צווייטע. למשל, די אונגארישע ישיבות פון היינט, האבען גענומען מגידי שיעור וואס האבען געלערנט אין די ליטווישע ישיבה סיסטעם. נישט אז דאס איז א פראבלעם, אבער ער לערנט דאך אויס עפעס וואס די אונגארישע סיסטעם האט נישט אנערקענט. אבער קיין ליטווישע ישיבות זענען זיי נישט. יעדער קומט אן אין די זעלבע ישיבה, נישט ווייל מ'האט אזויפיהל רחמים אויף 'שוואכערע בחורים', נאר ווייל פארוואס נישט? ביידער באלאנגען אין די זעלבע ישיבה, לויט די אונגארישע ישיבה יסודות. יא, איך ווייס אז נישט יעדער קומט אן, מ'שפארט אויס גענוג און נאך בחורים פון ישיבות, אבער דאס איז נישט ווייל מ'קען די בחור נישט העלפען אונטער די אומשטענדען וואס זיי פארמאגען. א בחור א מצויין וואס לערנט אויף זיין אייגענע שטייגער, האט פונקט נישט קיין פלאץ אין א פענסי חסידישע ישיבה ווי א בחור וואס האלט נאר ביים 'טשילען'. מ'וויל פשוט נישט זיך ספראווען מיט איינער וואס וועט מאכען טראבל. א בחור וואס זיצט און קלאצט אין ישיבה, לערנט נישט און שטערט נישט, וועט נישט האבען אזא שווערע צייט. ווייל ער באלאנגט טאקע דארט.

מ'זוכט יעצט עצות וויאזוי צו פארבעסערען די ישיבות. דער פארשטייט נישט וואס איז שלעכט מיט א פאר שעה לימודי חול אין א ישיבה. ווען איך האב דער ערשטע מאל געליינט די ווערטער, האב איך נישט אנגעהויבען פארשטייען וואס די שרייבערס ווילען. לימודי חול אין א ישיבה?! ווי וואס ווען?! ווי איז מעגליך אזא הו"א? האסט אמאל געפרעגט א דאקטאר פארוואס ער פאררעכט נישט קארס אויך? ביז איך האב געכאפט אז די ווארט ישיבה מיינט עפעס אנדערש ביי די שרייבער, ווייל ער איז נישט פון מיין חדר בכלל. די תכלית פון זיין ישיבה איז אנדערש און זיי מעסטען זיך נישט אין די זעלבע אופן.

און דעמאלס פארשטיי איך טאקע זיין טענה אויף די סיסטעם. א ישיבה וואס מעג האבען לימודי חול און דאס זאל נישט זיין קיין סתירה צום עיקר שיקזאל פון די ישיבה, האט נישט קיין שום זינען אז די בחורים זאלען דרייען מיטן גראבען פינגער אויף א תוספות אין ב"ק. וואס גיבט עס איהם אז ער הערט די אמת'ער סברא אונטער די נישואין הראשונים מפילים? וואס טוט עס פאר זיין צוקונפט? ער גייט דען אמאל אין זיין לעבען פסקנ'ן שאלות וואס ער דארף פארשטייען די סברות פון חז"ל? מאך מיט די בחורים א סיסטעם אז זיי זאלען לערנען און קענען די הלכות וואס זענען זיי נייטיג, לערן זיי אויס כל מיני וויכטיגע השקפות, לערן מיט זיי א פאך.

בארגען די נשים נזיקין סיסטעם פון ליטווישע, אין א מוסד וואס זוכט נישט די זעלבע אויספיהר, איז זינלאז.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ליטוואק פון בודאפעסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא

דער אשכול פארמאגט 14 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר