דאס חרידישע סאציועקאנאמיק קריזיס- poll

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 922
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 517 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 672 מאל

דאס חרידישע סאציועקאנאמיק קריזיס- poll

שליחה דורך תורה ומדע »

מורי ורבותי, ס׳האט זיך שוין טאקע פארגאסען פיעל טינט איבער דעם ענין, און טויזנטער פינגער זענען שוין מיד געווארען פון טייפען ארום דעם נושא. אבער דאס ווייגעשריי פונעם פינאנציעלער קריזיס אין וועלכער דער דארכשניטליכער חרידישער משפחה געפונט זיך בדורותינו ובמדינותינו אלו איז ממש מרפסין איגרא, און רוב אידען זענען משלים מיטן מצב אפילו סאיז קלאר אז עס קען אזוי ווייטער נישט אנגיין. מה אומר ומה אוסיף.
א חלק פונעם פראבלעם איז, לענ״ד,אז עס איז נישט קלאר ווי גענוי דער פראבלעם ליגט באגראבען. איז עס אין חסרון אין לימודי חול, חסרון אז א חלק פונעם געזעלשאפט לעבט צו איזולירט פונעם גענעראלען קאלטור און שפראך, צו גרויסע משפחות, חתונה האבען צו יונג, כולל, לוקסוסדיגע שמחות, אדער דאס געוואלטאוונע קאסט פון פריוואטע חינוך און עדיוקעישען סיסטעם.
איך בין מציע צום ערשט צו מאכען א פאלל (poll) און פרעגען ביים עולם וועלכער פון די אויבען דערמאנטע פעקטארן איז דאס גרעסטע קאנטריביוטער צום קריזיס וועלכער מיר לעבען איצטער אדורך. אזוי וועלען מיר אפשר קענען דעטערמינען אויף וואס זיך צו פאר לייגען פאר די טובה פון אונזערע קינדער שליט״א.
דא האט איהר דעם פאלל
http://www.polljunkie.com/poll/efiabs/m ... in-the-usa
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום תורה ומדע, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)

דער אשכול פארמאגט 32 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר