גלייכווערטליך פון גדולי ישראל

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דינסטאג אפריל 24, 2018 12:12 pm

ביי די הספדים אויף הרב שטיינמאן האט יענער געזאגט, "ווען הרב שך איז אוועק האט דער ראש ישיבה געזאגט טוב כלב חי מארי מת, אבער יעצט האבן אונז קיין כלב עיך ניט..."
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2767
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2605 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1788 מאל

הודעהדורך נקודת-אמת » דינסטאג אפריל 24, 2018 3:17 pm

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ביי די הספדים אויף הרב שטיינמאן האט יענער געזאגט, "ווען הרב שך איז אוועק האט דער ראש ישיבה געזאגט טוב כלב חי מארי מת, אבער יעצט האבן אונז קיין כלב עיך ניט..."

די דזאוק האט געזאגט דאכט זיך הרב שולזינגר זצ"ל אויף מרן הרב שך זצ"ל,
און אזוי איז געוועהן די מעשה:
בשעת די לויה פון המאור הגדול מרן החזון איש זצוק"ל האט דעם רב אריינשפאצירט אין היכל ביהמ"ד פון "כולל-חזון-איש"
פארשטייטזיך אז אלע תלמידי-חכמים פונעם כולל האבן נישט געזעצן דארט ווארום זיי זענען געוועזן פארנומען באשכבתי' דרבי
פלוצים באמערקט ער אין זייט זיצט זיך ביי א סטנדר מרן ראש הישיבה (הגרא"מ שך) און לערנט מיט זיין באקאנטן מתיקות,
האט דער רב צוגעגיינגען צו @מרן זצ''ל און עם געפרעגט: "היתכן, קומט איהר נישט צום רבי'נס לוי'?"
האט ער עם געענטפערט, מיירי ורבייתי, "שליימה המלך זאגט שיין, טייב הכלב החי ייעייסער מן הארי המיית,
ס'איז בעסער דאס הונטעלע וואס לעבט נאך יע, ווי איידער דער לייב וואס לעבט שוין ניט."
און דער רייששיבה איז געבליבן זיצן און לערנען און ניט געגאנגען צום לוי'.
האט הרב שולזינגר (וואס איז געוועהן א גרויסן חסיד פון הרב שך כידוע)
געוואלט מסביר זיין אז מיר האבן פארלוירן אט דער וואס איז געוועהן דער מעין פונעם חזון-איש בדורנו
און בטעות האט ער ממשיך געוועהן מיט'ן משל און געזאגט:
"און איצטער, מורי ורבותי, איז דער הונט אויכעט נישט דא..."

מעשה שהיה, (קען זיין הרב שולזינגר איז א טעות, אבער די מעשה איז געוועהן)
הקאצקער זצ"ל שאל לחיהרי"ם זצ"ל על הפסוק אמת מארץ תצמח, מה זורעים בארץ שיצמח מזה האמת ענה לו ה"חידושי הרי"מ" בזה הלשון: אז מען בעגראבט דעם שקר וואקסט ארויס דער אמת.
(אמת ואמונה, קלד)

קומט אויס אז דער כח ההיולי פונעם אמת איז גאר דער באגראבענעם שקר! ודו"ק
באניצער אוואטאר
נקודת-אמת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 433
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 3:16 am
האט שוין געלייקט: 301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל

הודעהדורך נקודת-אמת » דינסטאג אפריל 24, 2018 3:24 pm

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:דער באוואוסטער ראש ישיבה הגרב"מ אזרחי שליט"א ראש ישיבת עטרת ישראל
ביי די 'עצרת המילליאן' אין אדר תשע"ד האט די ראש הישיבה הידוע זיך ביטערליך צעוויינט, לשאלת תלמידיו ענה "ס'געווען יזכיר לו יום המיתה". ודפח"ח.

ס'איז ידוע אז אין זיין צוואה האט ער געשריבן אין סדר מסע הלוי' כדלהלן:
"קודם שיברכו ברכת "חכם הרזים" כדנפסק בשו"ע כשנאספים ס' ריבוא מישראל, יברכו יחד את ברכת "דיין האמת" דתדיר ושאינו תדיר, תדיר קודם..."
:lol: :twisted:
הקאצקער זצ"ל שאל לחיהרי"ם זצ"ל על הפסוק אמת מארץ תצמח, מה זורעים בארץ שיצמח מזה האמת ענה לו ה"חידושי הרי"מ" בזה הלשון: אז מען בעגראבט דעם שקר וואקסט ארויס דער אמת.
(אמת ואמונה, קלד)

קומט אויס אז דער כח ההיולי פונעם אמת איז גאר דער באגראבענעם שקר! ודו"ק
באניצער אוואטאר
נקודת-אמת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 433
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 3:16 am
האט שוין געלייקט: 301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל

הודעהדורך נקודת-אמת » דינסטאג אפריל 24, 2018 3:34 pm

פעם אחת כשגזרה המלכות גזירה על בחורי הישיבות שיהיו חייבים לשרת בצבאם הטמא
באו ונכנסו אצל הישיבה קלגסי הצבא לתפוס את הבחורים אשר ערקו מן חובתם האזרחית
מיד נמלטו כל התלמידים וטמנו עצמם במקום שלא יוכלו הרשעים למצאם,
נתייאשו הגייסים הציונים והלכו להם כלעומת שבאו בידיים ריקניות.
ויחלפו שעה ושעתיים וראש הישיבה נעלם ואיננו משל פתחה הארץ פיה ובלעתהו חיים
וינסו התלמידים לחפשו זה בכה וזה בכה ולא מצאוהו,
בחרדת קודש פתחו את דלת חדרו, והנה הם רואים את מרן שליט"א מצטנף בחרדה על הארץ ומחביא את עצמו תחת שולחנו,
ויפנו אליו התלמידים ויאמרו לו:
ילמדנו רבינו, לחרדה מה זו עושה, והלא לא באו שלוחי השלטון ליטול אלא אלו המתאימים בגילם להיות חלק מחיילי הצבא ואילו מרן כבר קצת יותר מבוגר...
אמר להם מרן,
ידעתי בני גם ידעתי כי איני מתאים בגילי להיות חייל טירון פשוט בצבא,
אבל ירא יראתי שמא מחפשים המה אף רמטכ"ל וייטלוני עמם לתפקיד זה על כן נחבאתי...
:lol: :roll:
הקאצקער זצ"ל שאל לחיהרי"ם זצ"ל על הפסוק אמת מארץ תצמח, מה זורעים בארץ שיצמח מזה האמת ענה לו ה"חידושי הרי"מ" בזה הלשון: אז מען בעגראבט דעם שקר וואקסט ארויס דער אמת.
(אמת ואמונה, קלד)

קומט אויס אז דער כח ההיולי פונעם אמת איז גאר דער באגראבענעם שקר! ודו"ק
באניצער אוואטאר
נקודת-אמת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 433
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 3:16 am
האט שוין געלייקט: 301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דינסטאג אפריל 24, 2018 7:16 pm

נקודת-אמת האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ביי די הספדים אויף הרב שטיינמאן האט יענער געזאגט, "ווען הרב שך איז אוועק האט דער ראש ישיבה געזאגט טוב כלב חי מארי מת, אבער יעצט האבן אונז קיין כלב עיך ניט..."

די דזאוק האט געזאגט דאכט זיך הרב שולזינגר זצ"ל אויף מרן הרב שך זצ"ל,

איך האב געהערט די מעשה ווען הרב שטיינמאן האט נאך געלעבט, נאר אזויווי איך האב נישט געדענקט די נעמען האב איך עס ארויפגעפאקט אויך איהם.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2767
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2605 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1788 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דינסטאג אפריל 24, 2018 7:20 pm

נקודת-אמת האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:דער באוואוסטער ראש ישיבה הגרב"מ אזרחי שליט"א ראש ישיבת עטרת ישראל
וואס איז טאקע פשט אז די אלע מעשהלעך לייגט מען אן אויף איהם?
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2767
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2605 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1788 מאל

הודעהדורך סקרן » דינסטאג אפריל 24, 2018 7:49 pm

וואלסט אים געקענט וואלסטו פארשטאנען
צום ערשטן מאהל די באוואוסטער ר"י איז געקומען צום מועצת גדולי התורה נאכ'ן ווערן א חבר איז ער געקומען א האלבע שעה שפעט
די מזכיר המועצת געבט אים א פרעג ר"י א האלבע שעה שפעט?
געבט ער זיך א רוף אהן הויעך "א האלבע שעה שפעט? פופציג יאהר שפעהט!!!!!!!!!!!!!!
באניצער אוואטאר
סקרן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1074
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 20, 2016 1:22 pm
געפינט זיך: הלואי ווען איך וואלט געוויסט!
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 649 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג אפריל 24, 2018 8:02 pm

ס'איז אמאל אריינגעקומען א מחבר פון א ספר צו א רב א גדול בישראל. און ר'האט ביי איהם געבעטן א הסכמה אויף זיין נייעם חיבור. דער רב קוקט אריין אין ספר'ל און ער רופטציך אן, מיט התפעלות..."פלאי פלאים"...פרעגט דער מחבר, רבי, אזוי גוט איז מיין ספר...? האט איהם דער רב געענטפערט...דו פארשטייסט נישט...אין יענע יארן האט מען ממציא געווען אז מ'קען מאכן פאפיר פון שמאטעס. (ריסייקלינג). דאס איז דאך א פלא. ביסטו געגאנגען און געמאכט צוריק שמאטעס פון פאפיר. איז עס דאך פלאי פלאים...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13186
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14671 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8381 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דינסטאג אפריל 24, 2018 8:08 pm

סקרן האט געשריבן:וואלסט אים געקענט וואלסטו פארשטאנען

דו קענסט איהם טאקע?
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2767
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2605 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1788 מאל

הודעהדורך סקרן » דינסטאג אפריל 24, 2018 8:11 pm

איך קען איהם נישט פערזענליך אבער זיך גענוג געדרייט מיט זיינע ידידים וואס האבן גערעדט פון אים יומם ולילה און געווען ביי אים א שיינע פאהר מאל
באניצער אוואטאר
סקרן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1074
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 20, 2016 1:22 pm
געפינט זיך: הלואי ווען איך וואלט געוויסט!
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 649 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דינסטאג אפריל 24, 2018 8:12 pm

און ער איז טאקע ממש אזוי? ער שעמט זיך נישט דערמיט?
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2767
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2605 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1788 מאל

הודעהדורך נקודת-אמת » מיטוואך אפריל 25, 2018 8:22 am

ער שפירט זיך אז ער איז מייצג א דור וואס האט עגזיסטירט און איז שוין נישט דא.

און ער איז נישט שולדיג אז אלע אנדערע ראשי ישיבות האבן אויפגעהערט צו פאדערן זייערע "שמינית שבשמינית"

ער פיהרט זיך אזוי ווי אינדערהיים.

אשר על כן האט ער זוכה געוועהן דער "הערשעלע-אסטראמפאלער" פון דער ראש-ישיבישע-דזשאוק'ס.

גראדע א שיינע פראצענט פון די מעשיות זענען אמת.

לאמיר האפן אז ער זאל זוכה זיין צו לאנגע געזונטע יאהרן כדי מיר זאלן דערגרייכן נאך אפאר דזשאוקס.
הקאצקער זצ"ל שאל לחיהרי"ם זצ"ל על הפסוק אמת מארץ תצמח, מה זורעים בארץ שיצמח מזה האמת ענה לו ה"חידושי הרי"מ" בזה הלשון: אז מען בעגראבט דעם שקר וואקסט ארויס דער אמת.
(אמת ואמונה, קלד)

קומט אויס אז דער כח ההיולי פונעם אמת איז גאר דער באגראבענעם שקר! ודו"ק
באניצער אוואטאר
נקודת-אמת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 433
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 3:16 am
האט שוין געלייקט: 301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל

הודעהדורך נקודת-אמת » מיטוואך אפריל 25, 2018 9:34 am

איינמאהל איז ער געזעצן אויפן פארטש אין שטוב אן קיין העמעד אדער אונטער העמעד אבער מיט א שניפס"ל.
עפעס א תלמיד איז אריינגעקומען און ער באמערקט דער ראש ישיבה בהוד יופיו
פרעגט ער: "ילמדנו רבינו, ממה נפשך, אויב האט איהר געוואלט זיך זעצן אזוי ווי אויפן ביטש וואס איז די שניפסל,
אויב א שניפסל, פארוואס אן קיין העמעד"?
האט ער עם געענטפערט
איך האב מיך אויסגעטוהן די העמעד ווייל איך האב געמיינט אז קיינער וועט נישט אריינקומען,
אבער איך האב געטראכט אפשר דאך וועט איינער אריינקומען, האב איך אנגעטוהן די שניפסל...
הקאצקער זצ"ל שאל לחיהרי"ם זצ"ל על הפסוק אמת מארץ תצמח, מה זורעים בארץ שיצמח מזה האמת ענה לו ה"חידושי הרי"מ" בזה הלשון: אז מען בעגראבט דעם שקר וואקסט ארויס דער אמת.
(אמת ואמונה, קלד)

קומט אויס אז דער כח ההיולי פונעם אמת איז גאר דער באגראבענעם שקר! ודו"ק
באניצער אוואטאר
נקודת-אמת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 433
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 3:16 am
האט שוין געלייקט: 301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אפריל 25, 2018 10:37 am

דאס איז גאר אן אלטע וויץ אויף א משוגענער אין משוגעים הויז וואס איז געזעסן נאקעט מיט א צילינדער הוט.........

גראדע קען איך דעם ראש ישיבה אביסל און די מעשיות זענען אביסל איבערגעטריבן. ער רעדט פון זיך בלשון רבים 'מיר זיינען געווען, מיר האלטן', דאס יא. אבער זיצן און רעדן בגודל מעלת עצמו האב איך נישט געהערט. ער רימט אויס זיין ישיבה ווי א חסיד אויף זיין רבי'ן, דאס אויך.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8733
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3048 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8205 מאל

הודעהדורך נקודת-אמת » מיטוואך אפריל 25, 2018 10:58 am

איינמאהל איז ער געזעצן אין שטוב און געגעסן פאפ-קארן פון א שיסל
און פלוצים איז אריינגעקומען עפעס א תלמיד און געזעהן ווי דער ראש-ישיבה עסט פאפ-קארן...
ר' ברוך מרדכי האט זיך נישט דערשראקן נאר גלייך רופט ער זיך אהן צו זיין מחברתו-הצדקנית-ראשת-הישיבה:
"שולמית, כמה הרופא אמר שצריך לאכול מזה כל יום?" (שולמית, וויפהל האט דער דאקטער געהייסן עסן דערפון טעגליך?)
:twisted: :roll: :lol:
הקאצקער זצ"ל שאל לחיהרי"ם זצ"ל על הפסוק אמת מארץ תצמח, מה זורעים בארץ שיצמח מזה האמת ענה לו ה"חידושי הרי"מ" בזה הלשון: אז מען בעגראבט דעם שקר וואקסט ארויס דער אמת.
(אמת ואמונה, קלד)

קומט אויס אז דער כח ההיולי פונעם אמת איז גאר דער באגראבענעם שקר! ודו"ק
באניצער אוואטאר
נקודת-אמת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 433
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 3:16 am
האט שוין געלייקט: 301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל

הודעהדורך נקודת-אמת » מיטוואך אפריל 25, 2018 11:14 am

איין מאהל ביי א שיעור כללי האט ער געזעהן אז דער עולם איז נישט דא,
סיי זענען געזעצן גאר ווייניג בחורים און סיי האט ער באמערקט אז דער עולם האלט נישט מיט,
ביים ענדיגן דעם שיעור האט ער געזאגט פאר די בחורים:
"אני רואה שאתם לא אוחזים עם השיעור, אנסה לעשות משהו מעניין, בשיעור הבא אני אופיע לשיעור עם פראק בצבע זית"
(איך זעה אז ענק האלטן נישט מיט מיט'ן שיעור, איך וועל פראבירן מאכן עפעס אינטערסאנט, ביים נעקסטן שיעור וועל איך קומען מיט אן אוליוו-קאלירנטע-פראק)
פארשטייטזיך אז צום נעקסטן שיעור איז דער ביהמ"ד געוועהן פוהל מפה לפה און אלע האבן געווארט צו זעהן דער ראש-ישיבה מיט'ן ספעציעלע מלבוש,
פונקטליך ביי די מינוט פונעם אנפאנג שיעור שפאצירט אריין דער ראש-ישיבה אין היכל ביהמ"ד אנגעטוהן מיט'ן געהעריגן שווארצן פראק,
אלע תלמידים האבן זיך געוואונדערט און געווארט אויף א הסבר פון מורם ורבם, אבער דער ראש-ישיבה האט גלייך אנגעהויבן דעם שיעור און קיין ווארט וועגן דעם סוט און די קאליר נישט גערעדט.
דער עולם האט זיך שטארק איינגעהערט דעם שיעור, ווארטנדיג אויף עפעס א הסבר,
סוף שיעור, רופט זיך אהן דער ראש-ישיבה:
"אני רואה שתמהים אתם איה הפראק בצבע זית שהבטחתי לכם, אך, תמהני עליכם, וכי מעולם לא ראיתם זיתים שחורים...?"
(איך זעה אז ענק חידוש'ן-זיך א וואו איז מיין אליוו קאלירנטע פראק וואס איך האב אייך צוגעזאגט, אבער איך חידוש-מיך אויף ענק, אייך האבן קיינמאהל ניט געזעהן קיין שווארצע אליווס?)
:lol:
(קען זיין אז נאר אויף עברית איז דאס ווערטיל א גוט'ס)
הקאצקער זצ"ל שאל לחיהרי"ם זצ"ל על הפסוק אמת מארץ תצמח, מה זורעים בארץ שיצמח מזה האמת ענה לו ה"חידושי הרי"מ" בזה הלשון: אז מען בעגראבט דעם שקר וואקסט ארויס דער אמת.
(אמת ואמונה, קלד)

קומט אויס אז דער כח ההיולי פונעם אמת איז גאר דער באגראבענעם שקר! ודו"ק
באניצער אוואטאר
נקודת-אמת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 433
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 3:16 am
האט שוין געלייקט: 301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל

הודעהדורך נקודת-אמת » מיטוואך אפריל 25, 2018 11:16 am

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דאס איז גאר אן אלטען וויץ אויף א משוגענ׳ער אין משוגעים הויז וואס איז געזעסען נאקעט מיט א צילינדער הוט...

איך ווייס נישט מי קדם למי... :twisted:
הקאצקער זצ"ל שאל לחיהרי"ם זצ"ל על הפסוק אמת מארץ תצמח, מה זורעים בארץ שיצמח מזה האמת ענה לו ה"חידושי הרי"מ" בזה הלשון: אז מען בעגראבט דעם שקר וואקסט ארויס דער אמת.
(אמת ואמונה, קלד)

קומט אויס אז דער כח ההיולי פונעם אמת איז גאר דער באגראבענעם שקר! ודו"ק
באניצער אוואטאר
נקודת-אמת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 433
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 3:16 am
האט שוין געלייקט: 301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל

הודעהדורך נקודת-אמת » מיטוואך אפריל 25, 2018 11:31 am

ער האט אמאהל מסביר געוועהן אז ער שטייט די העכסטע פון די גאנצע וועלט...
און אזוי איז דער הסבר:
  • ס'שטייט דאך אז "ארץ ישראל גבוהה מכל הארצות" (קידושין סט)
  • ירושלים איז די העכסטע שטאט אין ארץ ישראל,
  • בית וגן איז די העכסטע געגנט אין ירושלים (800 מ'+ פונעם סי-לעוועל)
  • ישיבת-עטרת ישראל איז די העכסטע בניין אין בית וגן
  • ער איז דער העכסטער אין ישיבה
קומט אויס אז ער איז די העכסטער מענטש אין וועלט...

(אפאר פרטים זענען נישט אינגאנצן ריכטיג אבער דאך...)

(והרי לך תורת-היחסות* על רגל אחת...)

* {אין וויקי יידיש עברית ענגליש}
הקאצקער זצ"ל שאל לחיהרי"ם זצ"ל על הפסוק אמת מארץ תצמח, מה זורעים בארץ שיצמח מזה האמת ענה לו ה"חידושי הרי"מ" בזה הלשון: אז מען בעגראבט דעם שקר וואקסט ארויס דער אמת.
(אמת ואמונה, קלד)

קומט אויס אז דער כח ההיולי פונעם אמת איז גאר דער באגראבענעם שקר! ודו"ק
באניצער אוואטאר
נקודת-אמת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 433
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 3:16 am
האט שוין געלייקט: 301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך נאוועמבער 21, 2018 11:16 am

דער מהר"ם שיק האט געברענגט א טאבאק פושקע צו זיין רבי'ן דער חתם סופר, זאגענדיג דערמיט אז ער וויל לאזען א מזכרת פון זיך ביים רבי'ן אויפ'ן טיש.
האט דער חת"ס דאס אפגעזאגט, און ער האט צוגעלייגט, "ווילסט א מזכרת ביי מיר, האסטו אזוי אויך. ווייל מילתא דתמיהי מידכר דכירי, און דא איז דא צווי מילתא דתמיהי'ס, אז א רב זאל א צווייטע געבען א מתנה איז א מילתא דתמיהי, און אז א רב זאל אפזאגען א מתנה איז אויך א מילתא דתמיהי."
מקור: עולמו של אבא עמ' ט"ו
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8733
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3048 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8205 מאל

Re: גלייכווערטליך פון גדולי ישראל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג דעצעמבער 10, 2018 9:45 am

אין תרפ"ה, איז הרב אליעזר יהודה פינקל ראש ישיבת מיר געקומען קיין אמעריקא נאך געלט פאר זיין ישיבה. ער האט דעמאלס זיך געטראפן מיט זיין אלטען חבר דער מייטשעטער עילוי (דער אלטער פון סלאבאדקא האט געשיקט ר׳ אליעזר יוד׳ל צו ברענגן דער מייטשעטער פון בריסק קיין סלאבאדקא אין זייער יונגערע יארן, ואכמ"ל) און זיי האבן געשמועסט צוזאמען. ר׳ אליעזר יוד׳ל האט פארגעהאלטן דער מייטשעטער, "שטעל זיך פאר ווען דו בלייבסט אין יוראפ. וואלטסט היינט געווען א גרויסע ראש ישיבה אין א הויכראנגיגע ישיבה" (י.יו. האט געהייסן גאר א שוואכער ישיבה)
"ווען איך בין א ראש ישיבה אין יוראפ, וואלט איך דאך געקומען קיין אמעריקא נאך געלט. בעסער זאל איך זאגען שיעורים ווי שנארערען", האט ער געענטפערט.

(מקור: תלפיות שנה ו׳ עמ׳ 15)

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8733
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3048 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8205 מאל

הודעהדורך סקרן » מאנטאג פעברואר 11, 2019 12:23 pm

געהערט א זיסע מימרא וואס ער האט געזאגט ביים פראבירן מסביר צו זיין די פאליטיק'ס פון פאר די קריג
"עס איז א שווערע סוגיא סאך שווערער ווי די סוגיא פון מודה במקצת אבער איינמאל מ'פארשטייט עס ווערט מען א כופר הכל" ודפח''ח
באניצער אוואטאר
סקרן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1074
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 20, 2016 1:22 pm
געפינט זיך: הלואי ווען איך וואלט געוויסט!
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 649 מאל

הודעהדורך סקרן » מאנטאג פעברואר 11, 2019 12:25 pm

דער מנח"י האט אים אמאל געפרעגט בנוגע א געוויסער פאליטיק וואס ער האלט.
האט ער געענטפערט: איך האלט מיך דאס מויל ודפח"ח
באניצער אוואטאר
סקרן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1074
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 20, 2016 1:22 pm
געפינט זיך: הלואי ווען איך וואלט געוויסט!
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 649 מאל

הודעהדורך סקרן » מאנטאג פעברואר 11, 2019 12:31 pm

רב דאמב האט אמאל געזאגט אויף דער ליעזשער רב וואס איז אוועק די וואך (ער פלעג דאווענען ביי אים):
מ'דארף אויסהרגנ'ן אלע רבי'ס און אים איבערלאזן צו ווייזן פארוואס מ'האט זיי געהרג'ט
באניצער אוואטאר
סקרן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1074
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 20, 2016 1:22 pm
געפינט זיך: הלואי ווען איך וואלט געוויסט!
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 649 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג פעברואר 11, 2019 1:02 pm

סקרן: ס'איז טאקע א גוט ווערטל. אבער דאס האט נאר אזא משוגע'נער ווי ..."הרב"... דאמב געקענט זאגן...!

ס'איז נישט צו פארשטיין. ער איז דאך געווען א גרויסער תלמיד חכם. ר'האט געלערנט ביי גרויסע רבי'ס. נאר ער האט געהאט א מיאוס'ן פיסק. ר'האטציך נישט געקענט איינהאלטן. אלעס אונטער'ן שלייער און מאסקע פון קנאות. דאס האט איהם געברענגט צו דעם אז ער האט נישט געהאט קיין דרך ארץ אדער רעספעקט פאר קיין שום רב, רבי אדער מנהיג ישראל. ממש קיין איינער. און אין די זעלבע צייט האט ער בארעכטיגט זיינע אייגענע מעשים. ער האט געהאנדלט מיט צלמים (אויך). צי מ'מעג, סטריקטלי עפ"י הלכה. און אונטער וועלכע אומשטענדן . דאס איז א נושא פאר זיך. אבער אז אן איש חשוב און תלמיד חכם זאלל האנדלען מיט אט די זאכן וואס עקלט א יעדן ערליכן איד...! יא. מ'קומט מיט די געוויינליכע מעשיות אז ער איז געווען א גרויסער מכניס אורח. איך וואלט ענדערש געזיצן איבער שבת אין א גוי'אישן האטעל און געגעסן מצות און טונא, ווי איידער גיין צו אזא מין מענטש אפילו פאר 5 מינוט...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13186
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14671 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8381 מאל

הודעהדורך סקרן » מאנטאג פעברואר 11, 2019 1:09 pm

berlbalaguleh האט געשריבן:סקרן: ס'איז טאקע א גוט ווערטל. אבער דאס האט נאר אזא משוגע'נער ווי ..."הרב"... דאמב געקענט זאגן...!

ס'איז נישט צו פארשטיין. ער איז דאך געווען א גרויסער תלמיד חכם. ר'האט געלערנט ביי גרויסע רבי'ס. נאר ער האט געהאט א מיאוס'ן פיסק. ר'האטציך נישט געקענט איינהאלטן. אלעס אונטער'ן שלייער און מאסקע פון קנאות. דאס האט איהם געברענגט צו דעם אז ער האט נישט געהאט קיין דרך ארץ אדער רעספעקט פאר קיין שום רב, רבי אדער מנהיג ישראל. ממש קיין איינער. און אין די זעלבע צייט האט ער בארעכטיגט זיינע אייגענע מעשים. ער האט געהאנדלט מיט צלמים (אויך). צי מ'מעג, סטריקטלי עפ"י הלכה. און אונטער וועלכע אומשטענדן . דאס איז א נושא פאר זיך. אבער אז אן איש חשוב און תלמיד חכם זאלל האנדלען מיט אט די זאכן וואס עקלט א יעדן ערליכן איד...! יא. מ'קומט מיט די געוויינליכע מעשיות אז ער איז געווען א גרויסער מכניס אורח. איך וואלט ענדערש געזיצן איבער שבת אין א גוי'אישן האטעל און געגעסן מצות און טונא, ווי איידער גיין צו אזא מין מענטש אפילו פאר 5 מינוט...!

איך וואלט דוקא יא געגאנגען צו אים איט סאונדס לייק איט וואז א בלעסט אראונד הים
מ'דארף נאר וויסן וויאזוי צו עסן וואס ער האט געזאגט נישט אלעס דארף מען גלייבן און נישט אלעס דארף מען אהעננעמען
באניצער אוואטאר
סקרן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1074
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 20, 2016 1:22 pm
געפינט זיך: הלואי ווען איך וואלט געוויסט!
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 649 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק א שמייכל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 0 געסט