די קומענדיגע מחאה פון ר' בערל הייקינד, הי"ו

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 19571
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 24498 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14863 מאל
קאנטאקט:

די קומענדיגע מחאה פון ר' בערל הייקינד, הי"ו

שליחה דורך berlbalaguleh »

צוערשט לאמיר אייך פארשטעללן ווער ר' בערל הייקינד איז. מער באקאנט אלס דוב הייקינד.

ער איז א זוהן פון האלאקאוסט איבערלעבער. זיין טאטע, ע"ה איז געווען א וויזניצער חסיד. אין די יונגע יארן האט דוב געלערנט אין חסידישע ישיבות ווי וויזניץ און קלויזנבורג. שפעטער איז ער געגאנגען אין קאלעדזש. ער האט זיך אויך אויסגעלערנט צו רעדן א גוטן ענגליש.
אין פארלויף פן די זיבעציגער יארן, ווען דאס הפקירות און אנארכיע האט געהערשט אין די שטאט ניו יארק. די שווארצע און היספאנישע פארברעכערס האבן געטון ככל העולה על רוחם הטמא. זיי האבן געראבעוועט און געפלינדערט אויף אלע זייטן. און די ליבעראלע שטאטישע אדמיניסטראציע פון די מעיארס וואגנער און לינדזי האבן נישט געהאלטן ביי איינצוימען און אפשטעללן זייערע פארברעכנס. פארשטייצעך אז איינס פון די ערשטע און מערסט געליטענע קרבנות זענען געווען די אידן.

בעת ההיא. אין יענע צייט איז אויפגעשטאנען א איד וועמענ'ס הארץ האט שטארק געווייטאגט אויף די פיין פון זיינע ברידערס. הרב מאיר כהנא. און ער האט ארגאניזירט ארום זיך א גרופע פון אידישע בחורים און יונגעלייט . און ר'האט געזאגט צו זיי לאמור. אזוי צו זאגן. עטץ זעהטץ דאך אז אידיש בלוט איז נאכאמאל הפקר. טאקע דא אין דעם גרויסן, גוטן און פרייען אמעריקע. די פאליציי געלונגט אייביג אנצוקומען נאכדעים וואס די פארברעכערס האבן שוין אפגעטון זייערע מעשי רציחה. און זיי כאפן קיינמאל נישט קיין פארברעכער און ארעסטירן זיי. אונז וועללן מיר זיך מוזן באנוצן מיט דעם מיטל פון די ידי עשיו. זיך אויסלערנען צו שלאגן פיזיש מיט די רישעות'דיגע פארברעכער. און ס'האבן זיך צוזאמגעקליבן א גרופע פון אידישע בחורים פון אלע שיכטן און קרייזן. און וואו ס'איז געווען א פאל וואס די גויים, ימ"ש האבן זיך פארלייגט אויף די אידן, זענען אנגעקומען ר' מאיר כהנא'ס גרופ, די דזשואיש דיפענס ליעג. אדער דזשעי. די. על. און זיי האבן קאנפראנטירט די גויים און געזאגט. אונז זעמיר גרייט זיך צו שלאגן מיט ענק. לאמיר זעהן וואספארא גיבורים עטץ זענטץ. זייי זענען געווען געלערנט אין די מלאכה פון הענט שלעגעריי. און אויך געווען באוואפנט מיט טשעינס (קייטן) און שלעסער. פארשטייצעך אז די ..."העלדישע"... גויים האבן אפגעפוצט תיכף ומיד. דער שרייבער פון די שורות האט אמאל אליינס צוגעזעהן א סצענע אין וויליאמסבורג וואס די גויים זענען אנגעקומען און זיי האבן געמאכט א ראיאט אויף א אידישע גראסערי ביי קארנער בעדפארד און דיוויזשן. זיי האבן ארויסגעווארפן די גאנצע סחורה אויף די גאס. און זיי האבן אויך געסטראשעט די אידן. ביז...ס'איז אנגעקומען א קאר מיט בחורים פון די דזשעי. די. על.. און ווען די בחורים זענען ארויסגעקומען און אויסגערופן צו די מערדערישע שקצים..."ווער וויל פייטן?"...האבן די שקצים אפגעפוצט איינס ביי איינס. ולא נשאר מהם עד אחד. פארשטייצעך, נאך די גאנצע אקציע זענען אנגעקומען די פאליציי מיט די גרויסע סירענעס (לעלוס, בלע"ז) און רויטע, בליטשקעדיגע לייטס. און געפרעגט וואס ס'גייט פאר... (מוחל טובות)...הקיצור ר' בערל איז אויכעט געווען א מעמבער אין די חשוב'ע ארגאניזאציע פון הצלת ממונם וגופם של ישראל.

שפעטער איז ער אויך אריין אין פאליטיק. ער איז געווארן אן אסעמבלימאן. ער האט רעפרעזענטירט די אידישע געגנט בארא פארק. און ער איז געוון עומד על המשמר אז געזעצן וועלכע זענען נישט לטובת די אידישע באפעלקערונג זאללן נישט אדורכגיין אין אלבאני. און אויב ס'איז געווען א פאל וואס די פארשידענע שונאי ישראל אדער סתם פארברעכער האבן זיך פארלייגט אויף א אידישע געגנט, איז ער דארט געווען און פראטעסטירט אויף די עוולה. און געמאכט זיכער אז די שטאטישע אינסטאנצן וועללן טון זייער ארבעט און כאפן די פארברעכער.
עד כאן ההקדמה:

(ס'איז דא נאך א חלק. אבער איך ווייס אז דאס וועט נישט שמעקן פאר הרב שמעקעדיג און נאך אנדערע חשוב'ע ניקס פון דעם זעלבן קאליבער, וועלל איך עס בעסער נישט שרייבן. ווייל זיי וועללן האבן א תירוץ אז פארדעים איז דער אשכול אפגעשטארבן פריצייטיג. ווייל בערל בעל עגלה ברענגט אייביג אריין יענעם סאבדזשעקט אין א יעדן שמועס.... :D ):

דער איצטיגער פייער קאמישאנער פון די אדמיניסטראציע פון מעיאר בילל דע בלאזיא ירום הודו, דען ניגרא (אדער נייגרא), זעהט אויס צו זיין אן ארנטליכער מענטש. האט ער אבער א זוהן א צולאזטן שייגעץ וועלכער איז א גרויסער אנטיסעמיט און שונא ישראל. אט דער שייגעץ האט געשריבן אין א טוויעט אז ער האט אזוי שטארק ליעב אידן ווי היטלער האט זיי ליעב געהאט. און דער שייגעץ, ימ"ש איז געווארן א פייערלעשער. יעצט הערט און שטוינט. אין וועלכע געגנט פון אלע געגנטער אין ניו יארק סיטי האט מען איהם צוגעטיילט אז ער זאלל דינען אין פייער דיפארטמענט. נישט ערגעץ אנדערש נאר אין די עיר ואם בישראל בארא פארק.

ווען ר' דוב הייקינד הי"ו האט אנגערופן די שטאטישע אדמיניסטראציע און געפרעגט...היתכן מ'האט איהם צוגעטיילט צו ארבעטן אין בארא פארק...? האבן זיי איהם געענטפערט אז..."דאס איז דער סיסטעם"...אבער דער קנאת ה' צבקות וקנאת עמו בית ישראל ברענט אין איהם. האט ר' דוב זיי געזאגט אז אויב דער רשע ימ"ש וועט קומען דא אהער , וועט ער אנפיהרן פראטעסטן ביי די פייער סטאנציע...! לאמיר איהם ווינטשן הצלחה. און זיך אויך באטייליגן אין די דעמאנסטראציעס אויב זיי וועללן פארקומען...יישר כח ר' דוב...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 6 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 25 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר