דער בוך מיין קאמף. געשריבן דורך א. היטלער, ימח שמו וזכרו.

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
רעאגיר
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 19572
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 24504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14863 מאל
קאנטאקט:

דער בוך מיין קאמף. געשריבן דורך א. היטלער, ימח שמו וזכרו.

שליחה דורך berlbalaguleh »

דאס איז לכאורה א מין פארדרייטע און אויפברויזנדע העדליין. איידער איך גיי א ביסל באשרייבן דעם בוך פון דעם צורר כל היהודים, דעם אשמדאי. אדאלף שיקלגרובער/היטלער ימח שמו וזכרו, פיהל איך פאר א חוב אויסצודרוקן א שטיקל התנצלות....!

לכאורה, ווי קומט א נארמאלער מענטש, א איד צו נעמען דעם טמא'נעם בוך, געשריבן דורך דעם אלוועלטליכן צורר כל היהודים, היטלער ימש"ו, אין די הענט אריין. כל שכן פרובירן צו שרייבן א ריוויו איבער דעם. נאר דער תירוץ איז. אז איך האב נישט לאנג צוריק געהערט א קליפ פון איינעם פון די פיהל מחזירי בתשובה אין ארץ ישראל, אויף וועלכען ער זאגט גאר א מאדנע (און מסתמא נישט אמת'דיגע ) זאך. יענער ..."רב"...זאגט אז היטלער, שר"י האט לכתחילה נישט געוואלט טשעפען די ערליכע אידן. ער האט געזאגט אז די ערליכע אידן שטערן איהם נישט. זיין מלחמה איז נאר געווען אקעיגן די פרייע און רעפארמער. וועלכע זענען אריינגעקראכן אין אלע פלעצער פן די גוי'אישע, דייטשע קולטור. און דאס האט ער געוואלט אויסראטן...!

דאס איז דאך א מורא'דיגער סטעיטמענט. אויב ס'וואלט געווען אמת. ווייל אונז ווייסן מיר דאך במציאות אז די נאציס, ימ"ש האבן נישט געמאכט קיין שום חילוק בין דם לדם בין דין לדין. נאר זיי האבן אלע אידן אינזין געהאט צו פארניכטן, רח"ל.

יענער .."רב"... זאגט אז אדאלף ה. ימ"ש שרייבט אליין אזוי אין זיין בוך. האט דאס אנגעצינדן די נייגעריגקייט אין מיר. און איך בין געגאנגען און באשטעלט דעם בוך ביי עמעזאן...!

ווען איך האב אנגעהויבן צו ליינען דעם עקלדיגן, שלעכט געשריבענעם ,באורינג בוך. אפילו פון א שרייבערישן שטאנדפונקט האביך גלייך חרטה געהאט פארוואס איך האב עס געקויפט. איך האב דערווארט לכה"פ אז דער צורר היהודים וועט גיסן פעך און שוועבל. אש וגפרית ומלח אויף דעם אידישן פאלק. אבער גלייך ביים אנהויב קענמען זעהן אז ס'איז א געפערליכער שלעכט געשריבענער, לאנגווייליגער בוך. ער הייבט גלייך אן צו פילאזאפיהרן. ער רעדט אין אבסטראקטע, פילאזאפישע טערמינען. דער שמוציגער, פוסטער ליידיגער און אומוויסנדער גאסן יונג שרייבט כאילו ער וואלט געווען איינער פון די דייטשע פילאזאפן. ער רעדט איבער די הויכע דייטשע קולטור. און ער איז מסביר אז דאס רעליגיע-באזירטע אנטיסעמיטיזם פון די דייטשע לוטעראנישע און עסטרייכישע קירכע טויג נישט. און דאס וועט נאכנישט ראטעווען דייטשלאנד פון די אידן. פארוואס. ווייל אויב א איד וועט זיך שמד'ן, וועטציך דאך אויפהערן די שנאה צו איהם. אבער זיין ברענד פון אנטיסעמיטיזם וועלכעס איז געבויעט אויף ראסיזם, דאס האט א קיום. הקיצור. זייער שטארק באורינג...!

ערשט אויף פעידזש 300 הייבט ער אן צו רעדן מיט באקציינער. צוערשט איז ער מסביר און ער ברענגט ארויף די פאקטן אז דאס אידישע פאלק האט אדורכגעלעבט אלערליי פארשידענע שונאים ועלכע האבן זיי געוואלט פארניכטן. און זיי האבן א מין שטארקקייט (איז ער אליינס מודה). נאר נאכדעים רעדט ער צוזאם אזעלכע שטותים והבלים, וואס א נארמאלער גוי וועלכער האט געענדיגט היי סקול רעדט נישט אזעלכע שטותים. פארשטייצעך, אויסגעמישט מיט שנאת ישראל און בזיון פאר דעם אידישן פאלק...! הקיצור. זייער שטארק באורינג. ס'מאכט ניטאמאל מיין בלוט אויפקאכן. ווייל ס'איז נאך ערגער ווי ווען א הונט ביללט. וואס דארף מען מער פון דעם אז זיין אייגענער קאלעגע נאצי, פעטריק ביוקענען ימ"ש האט אליינס עדות געזאגט אז דער בוך איז זייער שלעכט געשריבן...!

נאך א זאך. ווען איך וועל טרעפן די מימרא וואס איך זוך. וועל איך בלי"נ ווארפן דעם עקלדיגן בוך אין גארבידזש...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 8 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 34 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר