דר. יחזקאל עמנואל: איך וויל שטארבן ביי די 75

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6659 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8360 מאל

דר. יחזקאל עמנואל: איך וויל שטארבן ביי די 75

שליחה דורך יאיר »

א חשוב'ער ידיד אין קאווע שטיבל האט מיר צוגעשיקט א לינק צו א פראוואצירנדע ארטיקל, אין וועלכן דר. יחזקאל עמנואל, א מעדיצינישער דאקטאר און א ביאעטיקס פראפעסאר, (און ברודער פון ראם עמנואל), דערקלערט אז ער וויל שטארבן ביי די 75 יאר.
אין דעם ארטיקל גיבט עמנואל אן אלס ארגומענט אז בערך ביי די 75 יאר ווערן די כוחות זייער אפגעשוואכט, מען קען מער נישט פראדוצירן צופיל, און דאס לעבן בכלל איז אן אפמוטשעניש אין די יארן, ווען רוב מענטשן ליידן פון שווערע קרענק ווי אלצהיימער'ס, פארקינסאנ'ס, קענסער און נאך מרעין בישין.
די עצה? מען זאל אויפהערן פארלענגערן דאס לעבן. עמנואלל זאגט אז נאך די 75 יאר וועט ער אפילו נישט נעמען די פלו שאט. אויב דער מלאך המות קומט וועט ער גערן אריינלויפן אין זיינע ארעמס. ער וויל געדענקט ווערן אלס א שטארקער געזונטער, פראדוקטיווער מענטש. און נישט אלס אן אלטער זעצער וועלכער קען זיך קוים רירן און דארף טאג און נאכט אנקומען צו די טובות פון זיינע באליבטסטע און טייערסטע.
עמנואל שרייבט אז ער וועט זיך נישט נעמען דאס לעבן, און בכלל איז ער קעגן ארויסהעלפן מענטשן באגיין זעלבסטמארד, אבער אויף אזויפיל איז זיין שיטה אז שב ואל תעשה עדיף. א מענטש וואס עס זענען דא גאר שטארקע שאנסן אז ער וועט גארנישט צוגעבן צו סאסייעטי זאל מען לאזן גיין.
איך בין נייגעריג צו הערן וואס דער עולם זאגט דערצו. איך האב עטליכע קשיות אויף עמנואל. ערשטנס: אויף דעם אופן קען מען אפפרעגן דאס גאנצע לעבן. מען קען אויסרעכענען א גאנצע ליסטע פארוואס עס לוינט זיך נישט אויפצואוואקסן און חתונה האבן, דאס ברענגט דאך אזויפיל פראבלעמען מיט זיך. פונדעסטוועגן וועט קיינעם נישט איינפאלן אז נאך די צוועלף יאר זאל מען מער נישט פארלענגערן דאס לעבן, הפנים דאס לעבן לוינט זיך טראץ די אלע שוועריקייטן. אלזא, מהיכי תיתי אז נאך די 75 יאר איז דאס לעבן ווייניגער חשוב?
און אויב מעסטן מיר שוין חשיבות, אפשר זאל איינשטיין ענדערש דארפן פארלענגערן זיין לעבן ווי דער טראק דרייווער, וויבאלד איינשטיין איז מער פראדוקטיוו? ס'איז דאך אין לדבר סוף.
עמנואל שרייבט אז זיינע קינדער זענען זייער דערקעגן זיין החלטה און האפן אז ער וועט צוריקציען. אבער ער וויל ווערן געדענקט אלס א רעלאטיוו יונגער מענטש, און נישט אלס שוואכער קראנקער. אויסער דעם וואס דאס איז כמעט אבסורדאל (ביי וועמען וויל ער געדענקט ווערן אלס געזונטער מענטש? ביי זיינע קינדער וואס ווילן ער זאל בלייבן לעבן כאטש ער איז אלט און שוואך?), מיין איך אז דאס שמעקט פון גאוה און סעלפישנעס. אויב זיינע קינדער ווילן האבן א טאטע און א זיידע, פארמאגט ער אן אחריות דאס צוצושטעלן פאר זיי, ער האט נישט קיין רעכט זיך צו געזעגענען פון דער וועלט פשוט ווייל ער האט א געוויסע תאוה ווי אזוי ער זאל ווערן געדענקט ווען ער וועט שוין מער נישט עקזיסטירן.
אנדערע טענה'ן אז כאטש עמנואל זאגט אז ער מעלדט בלויז וואס ער פלאנט צו טון (גיי ווייס פארוואס ער דארף שוין אפמאכן אזא וויכטיגער באשלוס פאר 18 יאר שפעטער), איז ער געווען איינער פון די ארכיטעקטן פון אבאמא קעיר, און האט הפנים געהאט א טייל אין דאס שניידן מעדיקעיר פון עלטערע מענטשן, דהיינו, ער האט געלאזט זיין פריוואטער באשלוס אפעקטירן אויך אנדערע מענטשן (איך בין נישט באהאוונט אין די פאליטיק און כ'האב נישט קיין השגה אויב דאס איז ריכטיג אדער נישט).
בכל אופן, איך וואלט געוואלט הערן וואס די חכמים ונבונים זאגן דערצו.
דא זענען עטליכע לענגערע אפענטפערס אויף עמנואל'ס ארטיקל.
האדם לא נברא אלא להתענג

דער אשכול פארמאגט 51 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר