הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
לאליפאפ
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1281
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 306 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 849 מאל

הרה"ק מהר"א מבעלזא זי"ע

שליחה דורך לאליפאפ »

היינט איז כ"א אב, די יארצייט פונעם לעצטן בעלזער רב ז"ל, הרה"ק ר' אהרן זי"ע.

דער רב ז"ל - ווי מ'רופט אים אין בעלזא, איז געבוירן אין יאר תר"מ צו זיין טאטן ר' ישכר דוב זצ"ל - דער פריערדיגער בעלזער רב, און איז געווארן רב אין שטאט בעלזא אין תרפ"ו נאך די פטירה פון זיין טאטן.

בעלזער רב - א נאמען וואס ווי אימער זי ווערט דערמאנט, ווערט זי באגלייט מיט וואונדערליכע דערציילונגען וואס מאכט שווער צו גלייבן אז אזא קדוש וטהור האט געלעבט מיט אונז אינעם לעצטן דור.

חוץ פון די וואונדער, ווערן אויך דערציילט אויפן רב ז"ל פילע געשיכטעס וועלכע הערן זיך צומאל אביסל קאמיש און קוריאז, וואס דאס איז אביסל פראסט ארויסגעברענגט דעם פאקט, אין דער צייט וואס א בעלזער חסיד וואלט עס געשילדערט: התפשטות הגשמיות און למעלה מן הזמן א.א.וו., דאס אבער ווערט כמעט אינגאנצן פארשלינגן ווען מ'הערט פיל מאל אזעלכע אפענע רוח הקודש וכו' וואס מ'הייבט אליין אן צו טראכטן אז דאס איז טאקע עפעס העכער ווי מיר פארשטייען.

ובזה וועל איך צו ברענגען א מעשה-צוויי, מ'זאל פארשטיין דעם רב'ס כאראקטער:

קודם א רוח הקודש סטיל מעשה:

האט פארציילט א חשוב'ער רב (ושם משפחתו סופר) וואס פלעגט גיין צום בעלזער רב'ס טיש מדי שבת בשבתו, אז איין פרייטאג צו נאכטס זיצנדיג ביים טיש האט ער באמערקט, ווי ביים צווייטן עק טיש קומט אן א איד - א פרעמדער, אן קיין שטריימל און א אומבאקאנט פנים, און דער יעניגער האט זיך גאר שטארק געשטופט אנצוקומען צו אן ארט ביים טיש ער זאל קענען מיטהאלטן, און פאר דעם רב סופר האט עס געצויגן די אויפמערקזאמקייט. למעשה האט ער געזעהן ווי דער פרעמדער איד דערשטופט זיך און כאפט א גוטן פלאץ אקעגן איבער דעם רב. דער רב סופר געזעצן צוויי זיצן אוועק פונעם בעלזער רב און האט צו געזעהן ווי ביים טיילן די וויין רופט זיך בעלזער רב אן צו זיין גבאי'ן 'שלמה פון ירושלים', ווי צו זאגן, אז דעם גלעזל זאל גיין פאר איינעם שלמה פון ירושלים, דער גבאי - נישט וואוסנדיג וועם דער רב מיינט האט אויסגערופן הויך: שלמה פון ירושלים.

פארשטענדליך איז דא מער ווי איין שלמה פון ירושלים און קיינער איז נישט געקומען דעם גלעזל נעמען, האט דער גבאי גערופן דעם נאמען נאך צוויי מאל, זעענדיג אז קיינער נעמט עס נישט האט זיך אהינגעריקט א איד אנגעבנדיג זיך אלס שלמה וואס וואוינט אין ירושלים און מ'האט געזאגט פארן רב דא איז שלמה פון ירושלים, פארציילט רב סופר אז ער האט געזעהן אויפן רב'ס פנים אז ער איז נישט צופרידן אבער ער האט יענעם אהינגעגעבן דאס גלאז. שפעטער אינעם טיש איז דער עולם אריבערגעגאנגען נעמען לחיים, און הרב סופר באמערקט ווי דער אומבאקאנטער שטופט זיך אויך אינעם רייע צו געבן דאס האנט פארן רב, אזוי אנקומענדיג האט דער רב ז"ל א כאפ געטון דעם איד'ס האנט און געמורמלט: דאס איז דאך שלמה פון ירושלים (רב סופר איז געזעצן נאנט האט ער דאס געהערט). נאכן טיש האט רב סופר זיך גענומען ארומזוכן דעם איד, ווייל אלס א שטארקער חסיד האט ער געוואלט דערגיין די עומק פון דעם מעשה, און ער האט אים נישט געקענט דערווישן אינעם גאנצן ביהמ"ד, איז ער געגאנגען זיך נאכפרעגן ביי אלע יונגעלייט וואס זענען דארט געשטאנען ארום ביים טיש, צו אפשר קען איינער דעם פרעמדן איד, אבער אף איש לא הכירוהו! פון פארדעם האט מען אים נישט געזעהן, נאכדעם איז ער אויך קיינמאל נישט געקומען, לפניו לא הי׳ ואחריו לא יהיה... והי' לפלא.

און יעצט א געשיכטע וואס איז שוין אינעם צווייטן קאטעגאריע וואס כ'האב דערמאנט:

אין ספר בקודש פנימה ברענגט יצחק לאנדא אז איינמאל האבן זיי געקויפט א עיר קאנדישן פארן רב'ס דירה, וויבאלד דער רב האט נישט ליב געהאט קיין אפענע פענסטערס, און עס איז געווען שרעקליכע היצן אויך דערצו. אבער דער רב פלעגט האבן ספעציעלן צייטן ווען מ'מעג מחנך זיין א נייע חפץ, למשל ס'האט נישט געטארט זיין א טאג וואס עני צדיק האט געפאסט וכו' אפשר האט געמוזט זיין א יארצייט אויך, ווי אויך האט עס געמוזט זיין נאכן דאווענען אבער אויך פאר די זמן מעריב, עניהאו, א צוויי דריי וואכן איז דער עיר קאנדישן געליגן אינסטאלירט און מ'האט עס נישט געקענט אנצינדן.

אהה! כמעט פארגעסן, אז ער האט אויך נישט געלאזט מ'זאל עס אינסטאלירן אין זיין חדר, נאר אין די רום פון די גבאים און דארט האט זיך אויך געשלעפט א חודש צייט ביז איין טאג איז אונטערגעקומען און מ'האט עס געקענט מחנך זיין. שוין, דער רב איז אריינגעקומען מיטן קאלפיק און זיך אראפ געזעצט ביים טיש, און ער האט געהייסן מ'זאל רופן פלוני אלמוני אז יענער זאל עס מחנך זיין (אנצינדן)! יענער איז געקומען און אנגעצינדן, אזוי איז דער רב געזעצן צען מינוט און זיך געשאקלט און דערנאך האט ער א מאך געטון מיט די האנט, מ'קען שוין אויסלעשן. און דאס איז עס געווען. מ'האט עס נישט געטארט אנצינדן נאר ווען ער גיבט רשות, א זאך וואס איז קיינמאל נישט געשען זייט יענעם חינוך, אזוי ווייט אז איינמאל האט עס דער גבאי יצחק לאנדא עס אנגעצינדן (אין די פארצימער פון די גבאים) אין א שרעקליך הייסער טאג און נאך עטליכע מינוט האט ער געהערט ווי בעלזער רב שרייט, יצחק יצחק, קומענדיג צולויפן פרעגט אים בעלזער רב: האסט אנגעצינדן דעם קעסטעלע? האט ער זיך פארענפערט אז ס'איז אינדרויסן פונעם רב'ס שטוב און ס'איז זייער הייס, האט אים בעלזער רב געזאגט: לעש עס שוין אויס, ס'קומט דאך אריין א שרעקליכער צוג פונעם שליסל לאך, אזש איך האלט עס נישט אויס...

(וויבאלד איך בין נישט קיין בעלזער האב איך נישט קיין סאך מחדש געווען דא, נאר פון וואס כ'האב געהערט און געליינט איבער דעם איד, איך האף אז די חברים דא אין שטיבל וועלן העלפן ווייטער ציען דעם קייט, מיט מעשיות און אינטערעסאנטע ענינים.)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום לאליפאפ, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 424 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר