צום ערשטן מאל: "תמונה" מאגאזין אין פרינט!

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס

צום ערשטן מאל: "תמונה" מאגאזין אין פרינט!

הודעהדורך ראובן » מיטוואך מאי 16, 2018 1:44 pm

די לעצטע עטליכע חדשים ערשיינט א נייער קינדער מאגאזין מיט'ן נאמען "תמונה", געווידמעט פאר חרדישע מיידלעך. די ארויסגעבערינס פון דעם מאגאזין האבן מחליט געווען אריינצולייגן די שווערע עבודה צוזאמענצושטעלן אן אויסגאבע וויבאלד זיי האבן איינגעזען אז די לעכערליכע פאליסי פון רוב חרדישע אויסגאבעס נישט צו דרוקן בילדער פון צניעות'דיגע פרויען איז שעדליך פאר אונזערע טעכטער.

איך קען נישט מער ווי מסכים זיין מיט די ארויסגעבערינס, און כ'האב שוין עטליכע מאל געשריבן וועגן דער נושא, סיי די שעדליכקייט פון דעם מנהג פאר חינוך ילדות, און סיי ווי עס איז אפגעפרעגט פון דעם פאקט אז די פרומסטע אויסגאבעס האבן אמאל נישט געהאט קיין שום פראבלעם צו דרוקן בילדער פון פרויען.

"תמונה" איז א שיינע אויסגאבע פאר אידישע טעכטער, און ווייזט פאר די מיידלעך אז זיי זענען אויך א חלק פון כלל ישראל. די בילדער פון מענטשן וואס זיי זעען דארפן נישט זיין דווקא מענער אדער אנארעקסישע מאדעלן אויף בילבארדס, נאר וואוילע אידישע פרויען קענען זיין א חלק פון דעם פנים פון כלל ישראל.

אין די לעצטע חדשים איז דער מאדעל פון דער אויסגאבע געווען נאר אנליין, אבער יעצט איז צוגעלייגט געווארן די אפציע עס צו קענען קויפן אין פרינט. דאס איז א וויכטיגע אנטוויקלונג, ווייל פאר קינדער איז שווער צו געבן אן אנליין מאגאזין.

קויפט "תמונה" סיי מהנה צו זיין אייערע טעכטער, און סיי צו שטיצן אזא נאבעלע פראיעקט.

https://www.amazon.com/gp/product/1718693877/
בייגעלייגטע פיילס
Tmunah.jpg
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2189
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 2734 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8715 מאל

הודעהדורך yatzmachp » מיטוואך מאי 16, 2018 2:48 pm

קודם וויל איך קלאר מאכן אז איך פערזענלעך גייט מיך נישט אן אויב מען לייגט יא אדער נישט אריין קיין בילדער פון נשים. עס איז מיר קלאר אז די וואס זענען קעגן לייגן בילדער, יש להם על מה לסמוך, אבער פערזענלעך ווער איך נישט offended פון די בילדער.

אבער דעס וואס די מאכסט אזא לייכטזיניגע סטעיטמענט וועגן ענארעקסיע, האלט איך אז דו געבסט מער קרעדיביליטי פאר די אוסרים. לאמיר זעהן ווי פיל געווענליכע אויסזעהענדיגע פרויען אדער מער נישט געווענליכע וועלן האבן די זכיה אז זייערע בילדער וועלן אריינגיין אינעם אויסגאבע.
yatzmachp
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 137
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 11:10 am
האט שוין געלייקט: 48 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 148 מאל

הודעהדורך ראובן » מיטוואך מאי 16, 2018 2:56 pm

yatzmachp האט געשריבן:אבער דעס וואס די מאכסט אזא לייכטזיניגע סטעיטמענט וועגן ענארעקסיע, האלט איך אז דו געבסט מער קרעדיביליטי פאר די אוסרים. לאמיר זעהן ווי פיל געווענליכע אויסזעהענדיגע פרויען אדער מער נישט געווענליכע וועלן האבן די זכיה אז זייערע בילדער וועלן אריינגיין אינעם אויסגאבע.

כ'בין נישט קלאר וואס דו מיינסט צו זאגן. כ'האב געזאגט אז די איינציגסטע מענטשן פון וועלכע אונזערע טעכטער זעען בילדער, זענען אדער מענער אין אונזערע אויסגאבעס, אדער אויסגעדארטע פרויען מאדעלן אויף בילבארדס. ביידע זענען שלעכטע מעסעדזשעס פאר אונזערע קינדער.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2189
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 2734 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8715 מאל

הודעהדורך יעקב מענטש » מיטוואך מאי 16, 2018 3:31 pm

ראובן האט געשריבן:

און די ציהל דא איז צו געבן א פלאטפארמע פאר מיאוסע, כדי צו 'באלאנצירן' דעם מעסעדזש, איא?

איך ווייס אויך אז צומאל פלעגט זיך אריינצוכאפן תמונות נשים אין די אמאליגע אויסגאבע (לאו דווקא ווי דו לייגסט עס אראפ, 'קיין שום פראבלעם', ווי כאילו דאס איז געווען א טעגליכע ערשיינונג), אבער אויב כלל ישראל האט אזא גדר (לאו דוקא כאניאקישע אויסגאבעס, אדער קהילה צייטונגען, אפי' די מער 'אויפגעקלערט אויסגאבעס היטן דעם גדר. איין משפחה האט זיך געוואגט צו טשעפענען דערמיט מיטן ארויפלייגן מרת קלינטאן אויפן דעקל, און קוק וואס איז געשעהן! זי האט מיאוס פארלוירן...) זעה איך נישט די גרויסע 'נחיצות' צו אראפווארפן דעם גדר. עפעס פעלט פאר די פרויען וואס זענען אויפגעוואקסן די לעצטע 50 יאר?
יעקב מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 899
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 4:40 pm
האט שוין געלייקט: 810 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 806 מאל

הודעהדורך בן אדם » מיטוואך מאי 16, 2018 4:36 pm

כה לחי!
Someone's stupid
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2950
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 31, 2015 11:02 pm
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 3063 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1415 מאל

הודעהדורך אפשר » מיטוואך מאי 16, 2018 6:48 pm

אין דעם עפיזאד פון Headlines in Halacha איז דא א שיינע שמועס פון דר. לעסלי קליין וואו זי ברענגט ארויס באריכות דאס וואס ראובן זאגט.

http://www.podbean.com/media/share/pb-yx84m-68fe81
אפשר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 111
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 8:48 am
געפינט זיך: סיטי אף ניו יארק
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 85 מאל

הודעהדורך ביבער » מיטוואך מאי 16, 2018 6:54 pm

איך קויף עס פאר מיינע אינגלעך. די מעסידזש איז פשוט אז פרויען זענען מענטשן.
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
באניצער אוואטאר
ביבער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 628
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 585 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 619 מאל

הודעהדורך ראובן » מיטוואך מאי 16, 2018 6:58 pm

ביבער האט געשריבן:איך קויף עס פאר מיינע אינגלעך. די מעסידזש איז פשוט אז פרויען זענען מענטשן.

כ'מיין אז ס'איז געווידמעט פאר מיידלעך מכח די נושאים וואס ווערן באשריבן, נישט דווקא וועגן ס'האט בילדער פון פרויען.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2189
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 2734 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8715 מאל

הודעהדורך בת קול » מיטוואך מאי 16, 2018 10:22 pm

יעקב מענטש האט געשריבן:זעה איך נישט די גרויסע 'נחיצות' צו אראפווארפן דעם גדר. עפעס פעלט פאר די פרויען וואס זענען אויפגעוואקסן די לעצטע 50 יאר?

גראדע יא

פרויען וואס אנערקענען זייער סטעטיס אין אונזער קאמיוניטי פילן זיך אראפגעקוקט, און נישט געשעצט.

מיר געבן צו אסאך מער ווי מענטשן ווי דיר געבן קרעדיט.

עס קומט זיך אונז פיל מער אנערקענונג.

אויב מען קען אונז געבן power דורך באזייטיגן א self-inflicted גדר, פארוואס דען נישט.
דערהער דיין שטומע
באניצער אוואטאר
בת קול
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 466
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
האט שוין געלייקט: 648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 580 מאל

הודעהדורך תנחום » דאנערשטאג מאי 17, 2018 12:17 am

די עסקנים וואס לייגן ארום די וועקער זאלן זעהן אז די מאגאזין זאל אויך אנקומען צו די נויס סטענדס/גאז סטאנציעס אין די היימישע געגנטער ותבא עליהם ברכה
אינני מסכים למילה מדבריך, אך אהיה מוכן להיהרג על זכותך לומר אותם(וואלטר)
תנחום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 176
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 118 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 165 מאל

Re: צום ערשטן מאל: "תמונה" מאגאזין אין פרינט!

הודעהדורך mevakesh » דאנערשטאג מאי 17, 2018 7:30 am

ליידער די מערהייט פון היימישע פרויען (על כל פנים וואס איך קען ) ערלויבן זיך אפי'נישט צו טראכטן אז עפעס פעלט פון זייער סטאטוס

Sent from my XT1060 using Tapatalk
באניצער אוואטאר
mevakesh
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 843
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:11 am
האט שוין געלייקט: 752 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 755 מאל

הודעהדורך ראובן » דאנערשטאג מאי 17, 2018 7:58 am

אז "מאמענט" מאכט אן אינטערוויו מיט יקיש פייוויש פארשטייט יעדער אז מאמענט דארף אינוועסטירן צייט, געלט און מי צו האבן א שיינעם קלארן בילד פון ר' יקיש. יעדער פארשטייט אז דאס בילד איז וויכטיג פאר'ן ארטיקל און פאר'ן קאווער. אבער פלוצלינג ווען עס קומט צו פרויען איז מען נישט אזוי קלאר פארוואס און פארווען ס'איז וויכטיג צו האבן בילדער.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2189
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 2734 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8715 מאל

הודעהדורך הקטן » דאנערשטאג מאי 17, 2018 8:35 am

ראובן האט געשריבן:
yatzmachp האט געשריבן:אבער דעס וואס די מאכסט אזא לייכטזיניגע סטעיטמענט וועגן ענארעקסיע, האלט איך אז דו געבסט מער קרעדיביליטי פאר די אוסרים. לאמיר זעהן ווי פיל געווענליכע אויסזעהענדיגע פרויען אדער מער נישט געווענליכע וועלן האבן די זכיה אז זייערע בילדער וועלן אריינגיין אינעם אויסגאבע.

כ'בין נישט קלאר וואס דו מיינסט צו זאגן. כ'האב געזאגט אז די איינציגסטע מענטשן פון וועלכע אונזערע טעכטער זעען בילדער, זענען אדער מענער אין אונזערע אויסגאבעס, אדער אויסגעדארטע פרויען מאדעלן אויף בילבארדס. ביידע זענען שלעכטע מעסעדזשעס פאר אונזערע קינדער.

וואט די העק, אויסער זען בילדער אויף בילבארדס זען אינזער מיידליך 3D בילדער פין אלע סארט פרויען און אלע שעפעס אין סייזעס, זיי זענען נישט געפראגרעמעט ארויפציקיקען אויף דעם בילבארד מאדעל און זענען יא געפראגראמט ארויף ציקיקען אויף רעבעצען מלכה -

אין די גוישע גאס איז דא וואס קאמפלענען אז וויבאלד די בילדער אויף די בליבארדס זענען פין מאגרע סעלעברעטיס זענען מיר געפראגראמט אז דאס איז "שיין" און דאס געט צי אז מיידלעך זאלן זיין אנארעקסיק. דו ארויסגעבער דר. קליין פין תמונה האט געבארגעט דעם קאנסעפט אן ציפיל טראכטן אויב ס'איז א צישטעל, און ראובן האט דאס סך הכול נאכגעשריבן
די תוצאה פון אפהאקן א קינד פון די עלטערן איז גענוי ווי ארויסשניידן א חלק פון זייער מוח, א מעוות לא יוכל ליתקן אוועקנעמען קינדער פון עלטערן אפי' נאר למחצה לשליש ולרביע איז גארנישט ווייניגער געפארפול פון מאלעסטעשאן. - בנים אתם לה' אלוקיכם
הקטן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1871
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 6:30 pm
האט שוין געלייקט: 1604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 882 מאל

הודעהדורך יעקב מענטש » דאנערשטאג מאי 17, 2018 2:31 pm

בת קול האט געשריבן:
יעקב מענטש האט געשריבן:זעה איך נישט די גרויסע 'נחיצות' צו אראפווארפן דעם גדר. עפעס פעלט פאר די פרויען וואס זענען אויפגעוואקסן די לעצטע 50 יאר?

גראדע יא

פרויען וואס אנערקענען זייער סטעטיס אין אונזער קאמיוניטי פילן זיך אראפגעקוקט, און נישט געשעצט.

מיר געבן צו אסאך מער ווי מענטשן ווי דיר געבן קרעדיט.

עס קומט זיך אונז פיל מער אנערקענונג.

אויב מען קען אונז געבן power דורך באזייטיגן א self-inflicted גדר, פארוואס דען נישט.

א גוטן חשובע אידענע. מ'האלט שוין אין די שלושת ימי הגבלה ווי דער פסוק אל תגשו אל אשה גילט שוין, אבער משום חומר הענין האב איך באשלאסן צו ענטפערן.

איך בין עפעס נישט קלאר ווי פונקטליך ס'פעלט 'אנערקענונג' צו די פרויען.

אויב קענט איר מצייר זיין פונקטליך ווי די פרוי באקומט נישט די אנערקענונג אויף די פלאץ ווי דער מאן באקומט עס יא, און וויאזוי טוישן דעם גדר בשייכות מיט תמונות נשים אין פאבליק מאגאזינען גייט העלפן דעם ציהל, וואלט עס היבש צוגעהאלפן צום שמועס.

מ'וועט קענען רעדן עפעס זאכליך אנשטאט אבסטראקטיווע טערמינען.
יעקב מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 899
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 4:40 pm
האט שוין געלייקט: 810 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 806 מאל

הודעהדורך בת קול » דאנערשטאג מאי 17, 2018 4:20 pm

ווען איך זיץ ביי מיין טאטע/שווער און ס'גייט א שמועס, אויב פרעג איך א שאלה, לייג צו צום שמועס, געבן מיין אפיניען, מורמלט זיך שוין די שוואגער אינטער איך זאל שטיל זיין.

ווען איך וויל אריין אין געשעפט פאלט נישט ביי פאר א מאן צו האלטן אפען די טיר, עס זאל נישט אריין האקן אין מיר אדער מיין קערידש. (אבער געוויס ווען א פרוי טראגט שבת וועט ער זיך נעמען שרייען שבת, ווייל א פרוי וועט אוודאי גארנישט צוריק שרייען. )

פרויען אין די חרדישע וועלט דארפן זיין גוטע געטרייע מאמעס און ווייבער, אויב פרובירט מען זיך ארויף בויען אפילו אויף א אויסגעהאלטענעם אויפן ווערט מען פארשריגן.( רחל פרייער און גאנץ עשרת נשים פון הצלה.)

איך דארף נישט בילדער פון פרויען ווייל איך וויל זיי זעהן, נאר ווייל דאס נעמט אונז ארויס פון אונזער פארשטיפטן ווינקל, און צווינגט אייך, הויכגעשעצטע מענער, צו אנערקענען אונזער עקזיסטענץ, און אונזער רעכט דערצו.
דערהער דיין שטומע
באניצער אוואטאר
בת קול
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 466
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
האט שוין געלייקט: 648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 580 מאל

הודעהדורך בת קול » דאנערשטאג מאי 17, 2018 4:20 pm

.
דערהער דיין שטומע
באניצער אוואטאר
בת קול
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 466
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
האט שוין געלייקט: 648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 580 מאל

Re: צום ערשטן מאל: "תמונה" מאגאזין אין פרינט!

הודעהדורך אונטער חכם » דאנערשטאג מאי 17, 2018 4:26 pm

בת קול האט געשריבן:ווען איך זיץ ביי מיין טאטע/שווער און ס'גייט א שמועס, אויב פרעג איך א שאלה, לייג צו צום שמועס, געבן מיין אפיניען, מורמלט זיך שוין די שוואגער אינטער איך זאל שטיל זיין.

איך שטעל מיך פאר אז דיין שוואגער פאלט אפילו נישט ביי עפעס צוצולייגן צום שמועס אויף די פרויען זייט.
בת קול האט געשריבן:ווען איך וויל אריין אין געשעפט פאלט נישט ביי פאר א מאן צו האלטן אפען די טיר, עס זאל נישט אריין האקן אין מיר אדער מיין קערידש. (אבער געוויס ווען א פרוי טראגט שבת וועט ער זיך נעמען שרייען שבת, ווייל א פרוי וועט אוודאי גארנישט צוריק שרייען. )

.

איך זעה כסדר חניאקישע חסידישע יונגעלייט האלטן אפן די טיר פאר פרויען, (און וויפיל יונגעלייט שרייען שבת? פינעף אפשר? )
אונטער חכם
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 464
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
האט שוין געלייקט: 501 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 236 מאל

הודעהדורך יעקב מענטש » דאנערשטאג מאי 17, 2018 4:38 pm

בת קול האט געשריבן:ווען איך זיץ ביי מיין טאטע/שווער און ס'גייט א שמועס, אויב פרעג איך א שאלה, לייג צו צום שמועס, געבן מיין אפיניען, מורמלט זיך שוין די שוואגער אינטער איך זאל שטיל זיין..

ביי אונז אידן איז דא א הלכה פון צניעות, ס'איז דא די טרוקענע הלכה וואס איז מותר און וואס איז אסור, און נאכדעם איז דא פרושים וואס זענען מער מחמיר און אלץ איז יסודתם בהררי קודש.

ווען א פרעמדע פרוי וויל מיטשמועסן מיט מענער דהיינו "פארברענגען" אוין א לעבהאפטן שמועס מיט פרעמדע מענער, איז דאס בפשטות אסור עפ"י שו"ע (אזוי געדענק איך), ס'האט גארנישט מיט ווייניג אנערקענונג פאר פרויען, און ס'מיינט נישט אז די פרוי'ס מיינונג איז ווייניגער ווערד, סך הכל קען זי נישט זיין קיין שותף אין פארברענגען שמועס מיט פרעמדע מענער. "רעספעקט" אדער 'אנערקענונג' קומט בכלל נישט אריין דא

בת קול האט געשריבן: ווען איך וויל אריין אין געשעפט פאלט נישט ביי פאר א מאן צו האלטן אפען די טיר, עס זאל נישט אריין האקן אין מיר אדער מיין קערידש..

דאס איז עפ"י רוב א מדות פראבלעם, מענטשען האלטן נישט קיין טיהר פאר מענער אויך נישט, און אויב איינער טוט דאס אלץ פרומקייט, איז ער זיך פשוט טועה ולאו על הכלל כולו יצא, ס'איז א מיעוט מענטשען וואס זענען אזוי.

בת קול האט געשריבן:פרויען אין די חרדישע וועלט דארפן זיין גוטע געטרייע מאמעס און ווייבער, אויב פרובירט מען זיך ארויף בויען אפילו אויף א אויסגעהאלטענעם אויפן ווערט מען פארשריגן.( רחל פרייער און גאנץ עשרת נשים פון הצלה.)

אויב איינער האלט אז עזרת נשים איז א פראבלעם מיט צניעות, מיינט דאס אז ער זוכט צו 'אונטערדרוקן' פרויען? ער וויל פשוט נישט אז זיי זאלן האבן די זעלבע power ווי מענער?. דאס איז א אויסגעטראכטע ליגענט געווארן פארשפרייט דורך או טי די ניקעס וואס זוכן צו מאכן טוישונגען אין די געזעלשאפט. האט נישט קיין שום באזיס אין רעאליטעט!

בת קול האט געשריבן:איך דארף נישט בילדער פון פרויען ווייל איך וויל זיי זעהן, נאר ווייל דאס נעמט אונז ארויס פון אונזער פארשטיפטן ווינקל, און צווינגט אייך, הויכגעשעצטע מענער, צו אנערקענען אונזער עקזיסטענץ, און אונזער רעכט דערצו.

עגעין! איר פיהלט זיך אונטערדרוקט על לא דבר, און דערפאר זוכט איר וועגן וויאזוי זיך צו באפרייען פון די תפיסה וואס עקזעסטירט אין אייער אילוזיע.
יעקב מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 899
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 4:40 pm
האט שוין געלייקט: 810 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 806 מאל

הודעהדורך בת קול » דאנערשטאג מאי 17, 2018 4:45 pm

[quote="אונטער חכם"]
ווען איך זיץ ביי מיין טאטע/שווער און ס'גייט א שמועס, אויב פרעג איך א שאלה, לייג צו צום שמועס, געבן מיין אפיניען, מורמלט זיך שוין די שוואגער אינטער איך זאל שטיל זיין.

איך שטעל מיך פאר אז דיין שוואגער פאלט אפילו נישט ביי עפעס צוצולייגן צום שמועס אויף די פרויען זייט.

די פאונט איז נישט צו יענע שוואגער וואלט אריינגערעדט אין א פרויען שמועס, נאר אז א מאן וואלט מען קיינמאל נישט פארשוויגן.

ווען איך וויל אריין אין געשעפט פאלט נישט ביי פאר א מאן צו האלטן אפען די טיר, עס זאל נישט אריין האקן אין מיר אדער מיין קערידש. (אבער געוויס ווען א פרוי טראגט שבת וועט ער זיך נעמען שרייען שבת, ווייל א פרוי וועט אוודאי גארנישט צוריק שרייען. )

איך זעה כסדר חניאקישע חסידישע יונגעלייט האלטן אפן די טיר פאר פרויען,

און וואס טוסטו?

(און וויפיל יונגעלייט שרייען שבת? פינעף אפשר? )

פארוואס שרייען זיי נישט אויף מענער?
דערהער דיין שטומע
באניצער אוואטאר
בת קול
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 466
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
האט שוין געלייקט: 648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 580 מאל

הודעהדורך בת קול » דאנערשטאג מאי 17, 2018 5:01 pm

יעקב מענטש האט געשריבן:
בת קול האט געשריבן:ווען איך זיץ ביי מיין טאטע/שווער און ס'גייט א שמועס, אויב פרעג איך א שאלה, לייג צו צום שמועס, געבן מיין אפיניען, מורמלט זיך שוין די שוואגער אינטער איך זאל שטיל זיין..

ביי אונז אידן איז דא א הלכה פון צניעות, ס'איז דא די טרוקענע הלכה וואס איז מותר און וואס איז אסור, און נאכדעם איז דא פרושים וואס זענען מער מחמיר און אלץ איז יסודתם בהררי קודש.

ווען א פרעמדע פרוי וויל מיטשמועסן מיט מענער דהיינו "פארברענגען" אוין א לעבהאפטן שמועס מיט פרעמדע מענער, איז דאס בפשטות אסור עפ"י שו"ע (אזוי געדענק איך), ס'האט גארנישט מיט ווייניג אנערקענונג פאר פרויען, און ס'מיינט נישט אז די פרוי'ס מיינונג איז ווייניגער ווערד, סך הכל קען זי נישט זיין קיין שותף אין פארברענגען שמועס מיט פרעמדע מענער. "רעספעקט" אדער 'אנערקענונג' קומט בכלל נישט אריין דא

בת קול האט געשריבן: ווען איך וויל אריין אין געשעפט פאלט נישט ביי פאר א מאן צו האלטן אפען די טיר, עס זאל נישט אריין האקן אין מיר אדער מיין קערידש..

דאס איז עפ"י רוב א מדות פראבלעם, מענטשען האלטן נישט קיין טיהר פאר מענער אויך נישט, און אויב איינער טוט דאס אלץ פרומקייט, איז ער זיך פשוט טועה ולאו על הכלל כולו יצא, ס'איז א מיעוט מענטשען וואס זענען אזוי.

בת קול האט געשריבן:פרויען אין די חרדישע וועלט דארפן זיין גוטע געטרייע מאמעס און ווייבער, אויב פרובירט מען זיך ארויף בויען אפילו אויף א אויסגעהאלטענעם אויפן ווערט מען פארשריגן.( רחל פרייער און גאנץ עשרת נשים פון הצלה.)

אויב איינער האלט אז עזרת נשים איז א פראבלעם מיט צניעות, מיינט דאס אז ער זוכט צו 'אונטערדרוקן' פרויען? ער וויל פשוט נישט אז זיי זאלן האבן די זעלבע power ווי מענער?. דאס איז א אויסגעטראכטע ליגענט געווארן פארשפרייט דורך או טי די ניקעס וואס זוכן צו מאכן טוישונגען אין די געזעלשאפט. האט נישט קיין שום באזיס אין רעאליטעט!

בת קול האט געשריבן:איך דארף נישט בילדער פון פרויען ווייל איך וויל זיי זעהן, נאר ווייל דאס נעמט אונז ארויס פון אונזער פארשטיפטן ווינקל, און צווינגט אייך, הויכגעשעצטע מענער, צו אנערקענען אונזער עקזיסטענץ, און אונזער רעכט דערצו.

עגעין! איר פיהלט זיך אונטערדרוקט על לא דבר, און דערפאר זוכט איר וועגן וויאזוי זיך צו באפרייען פון די תפיסה וואס עקזעסטירט אין אייער אילוזיע.

אויב שמועסן איז נישט אויסגעהאלטען, וואס פונקטליך טוסטו יעצט?
מיין פאונט איז אז א מאן וואלט מען נישט פארשוויגן.

גראדע זענען דא מענער וואס האלטן נישט די טיר ווייל זייער חניקישקייט מאכט זיי בלינד צו אונז.

און יא, עס איז זיכער מער צניעות'דיג אז א הצלה מאן זאל דעליווערן מיין בעיבי.

זאכן ווי דרייוון א קאר, זינגען אין פאבליק, נישט דארפן טראגן א פארשוויצטע קאפ צודעק, און נאר דארפן ארויסנעמען די מיסט יעדן טאג, איז עפעס וואס דו נעמסט צופיל פארגרענטעד.

דו דארפסט נישט פארטיידיגן יעדע אומרעכט. יא, פרויען זענען די אראפגעקוקטע אין אונזער געזעלשאפט. עס זענען דא פילע זאכן וואס הלכה וועט קיינמאל ערלויבן צו טוישן, אבער וואס מען קען יא, האט נישט קיין שום זין מען זאל זיי אנהאלטן.

ווי לאנג מען וועט אונז פארשטעקן, וועלן די שטארקע און אינטעליגענטע פון אונז, אראפגיין פון וועג.
דערהער דיין שטומע
באניצער אוואטאר
בת קול
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 466
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
האט שוין געלייקט: 648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 580 מאל

הודעהדורך ריכטיג » דאנערשטאג מאי 17, 2018 8:15 pm

בת קול האט געשריבן:
אויב שמועסן איז נישט אויסגעהאלטען, וואס פונקטליך טוסטו יעצט?
זיך שרייבן מיט אן אומבאקאנטע איז ביי אייך די זעלבע זאך ווי פארברענגען פערזענליך?
מיין פאונט איז אז א מאן וואלט מען נישט פארשוויגן.
הייפעטעטיקלי? קען זיין. אבער אין די פרומע געזעלשאפט וועט זיך א מאן נישט דערוואגן אריינצורעדן.
גראדע זענען דא מענער וואס האלטן נישט די טיר ווייל זייער חניקישקייט מאכט זיי בלינד צו אונז.
אינטערעסאנט אז איר שפירט אזוי, ווייל איך קען אייך גאראנטירן אז דער כאניאקישע אינגערמאן שפירט גאר פארקערט. ער שפירט זיך ווי אין פעקל דווקא די פרוי איז אין זיין מח מער באפרייט און קען שפאצירן וואו אימער, און ער איז פארנומען א גאנצע צייט זיך היטן. אויסער די פאר צעווילדעוועטע וואס זענען כסדר פארנומען קלעבן צעטלעך מיט אנווייזונגען פאר די פרויען, זענען די רוב כאניאקישע איגעלייט דווקא דאס פארקערטע (היות פון צווישן אייערע תגובות איז משמע אז איר זענט נאנט פארבינדן מיט (פארמעקט), איז אדרבה, איר האט מסתמא ביי וועם צו פרעגען און נאכגיין וויאזוי זיי שפירן, איר וועט זיין איבעראשט.
און יא, עס איז זיכער מער צניעות'דיג אז א הצלה מאן זאל דעליווערן מיין בעיבי.
אמת. אבער איך בין נישט זיכער אז די מערכה האט געהאט צו טוהן מיט דעם פאקט אז דאס איז געווען פרויען. איך גלויב אז אויב איך וואלט געעפנט א קאנקורענט צו הצלה וואלט די מערכה געווען די זעלבע (איך מאך נישט אוועק הצלה ח"ו, עס איז זייער נארמאל פאר סיי וועם אין עסקנות אזוי צו רעאגירן, ווייל א עסקן איז בטבע אזא איינער וואס פארלאזט זיך נישט אויף אנדערע, ווען נישט וואלט ער קיינמאל קיין עסקן געווארן נאר זיך פארלאזט אויף אנדערע. כאטשיג עס איז פארט אומגערעכט)
זאכן ווי דרייוון א קאר,

זינגען אין פאבליק,
הלכה
נישט דארפן טראגן א פארשוויצטע קאפ צודעק,
די מענער ביי חסידים האבן עפעס א לייכטערע טראגע?
און נאר דארפן ארויסנעמען די מיסט יעדן טאג,
איך וויל אייך נישט מאכן קיין שלום בית פראבלעמען, אבער ביי מיר, מיין טאטען, מיין שווער, אין שטוב איז דאס אויסדרוקליך דעם מאנס דזשאב. איך ווייס נישט פון וואנעט איר נעמט אז ביי די אלגעמיינע חרדי'שע געזעלשאפט איז דאס דווקא די פרוי.
איז עפעס וואס דו נעמסט צופיל פארגרענטעד.

דו דארפסט נישט פארטיידיגן יעדע אומרעכט. יא, פרויען זענען די אראפגעקוקטע אין אונזער געזעלשאפט. עס זענען דא פילע זאכן וואס הלכה וועט קיינמאל ערלויבן צו טוישן, אבער וואס מען קען יא, האט נישט קיין שום זין מען זאל זיי אנהאלטן.

ווי לאנג מען וועט אונז פארשטעקן, וועלן די שטארקע און אינטעליגענטע פון אונז, אראפגיין פון וועג.
איר שיינט צו זיין אינטעליגענט, בלייבט מיר נאר איבער צו וואונטשן איר זאלט נישט זיין שטארק.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך ריכטיג אום דאנערשטאג מאי 17, 2018 9:05 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
ס'אינטערסירט דא איינער בכלל? ניין ? או קעי ביי. (קרעדיט:@גראף)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2136
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 6:11 pm
האט שוין געלייקט: 1756 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1665 מאל

הודעהדורך בת קול » דאנערשטאג מאי 17, 2018 8:39 pm

@ריכטיג
אייער לעצטע זאץ ברענגט ארויס מיין פוינט.

וואס האט עטץ אזוי מורא פון פרויען וואס האבן א שטארקע כאראקטער?
דערהער דיין שטומע
באניצער אוואטאר
בת קול
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 466
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
האט שוין געלייקט: 648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 580 מאל

הודעהדורך בת קול » דאנערשטאג מאי 17, 2018 8:51 pm

איך זעה אז מ'נעמט דא מיינע עקזעמפלען אין מען צולייגט עס ביז מען פארגעסט מיין פונקט.
יא, פרויען זענען נישט אויף די זעלבע לעוועל ווי מענער. איך האב קלאר געזאגט אז אסאך האט צו טוהן מיט הלכה וואס וועט זיך קיינמאל נישט טוישן.

אבער דאס וואס האט נישט מיט הלכה, און מען וויל נישט טוישן, ווייזט קלאר אויף אינדעווידיאלן וואס האבן א פראבלעם מיט געבן power פאר פרויען.
דערהער דיין שטומע
באניצער אוואטאר
בת קול
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 466
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
האט שוין געלייקט: 648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 580 מאל

הודעהדורך ריכטיג » דאנערשטאג מאי 17, 2018 9:02 pm

בת קול האט געשריבן:@ריכטיג
אייער לעצטע זאץ ברענגט ארויס מיין פוינט.

וואס האט עטץ אזוי מורא פון פרויען וואס האבן א שטארקע כאראקטער?

גארנישט מיט פרויען, כ'האב זיך באצויגן צו אייער טענה אז שטארק+אינטעליגענט=אראפ פון וועג, כ'האב מורא אז איר וועט אפפארן.

---
אין אישי זענט איר מעורר אז איך האב נישט גוט אפגעלייענט אייער טענה בנוגע ארויסטראגן די מיסט, גערעכט, איך ציה צוריק.

אבער פארט קוקט אויס ווי איר פארזעהט אז דעם עול הפרנסה איז עפ"י רוב ביי חסידים גענצליך דעם מאנס דאגה, נעמטס דאס נישט פאר גרענטעד.
ס'אינטערסירט דא איינער בכלל? ניין ? או קעי ביי. (קרעדיט:@גראף)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2136
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 6:11 pm
האט שוין געלייקט: 1756 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1665 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג מאי 17, 2018 9:02 pm

בת קול האט געשריבן:יא, פרויען זענען נישט אויף די זעלבע לעוועל ווי מענער. איך האב קלאר געזאגט אז אסאך האט צו טוהן מיט הלכה וואס וועט זיך קיינמאל נישט טוישן.

זייער אסאך אזויגערופענע 'הלכות' וואס מאכן פרויען זיך פילן אראפגעקלאפט, זענען מער א סאסייעטי זאך ווי הלכה. און דאס אז ס'דא פרויען וואס פילן זיך אראפגעקלאפט, דאס מאכט אז זיי זאלן אנקוקן די עכטע הלכות ווי סעקסיסט, וואס באמת זענען זיי גארנישט אזוי. די פראבלעם איז אז זיי זענען פראגרעמד צו אנקוקן אידישקייט אלץ סעקסיסט, מילא קוקן זיי אלעס אן מיט סעקסיסט גלעזער.

בת קול האט געשריבן:אבער דאס וואס האט נישט מיט הלכה, און מען וויל נישט טוישן, ווייזט קלאר אויף אינדעווידיאלן וואס האבן א פראבלעם מיט געבן power פאר פרויען.

ס'איז נאריש צו טראכטן אז מענער וועלן זיין גרייט אויפצוגעבן אויף זייער סופרעמיסי אזוי גרינג. און די זאלסט זיך נישט איינרעדן אז פרויען זענען צופיל בעסער אין דעם הינזיכט, זיי וויסן אז ס'געווען קולטורן ווי פרויען זענען געווען די אויבערשטע פון שטייסל און זיי האבן געהאט סאציאלע הלכות וואס האבן אונטערדריקט מענער.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1240
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
האט שוין געלייקט: 1282 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 678 מאל

נעקסט

גיי צוריק מידיא ווינקל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט