yatzmachp האט געשריבן:אבער דעס וואס די מאכסט אזא לייכטזיניגע סטעיטמענט וועגן ענארעקסיע, האלט איך אז דו געבסט מער קרעדיביליטי פאר די אוסרים. לאמיר זעהן ווי פיל געווענליכע אויסזעהענדיגע פרויען אדער מער נישט געווענליכע וועלן האבן די זכיה אז זייערע בילדער וועלן אריינגיין אינעם אויסגאבע.
ראובן האט געשריבן:yatzmachp האט געשריבן:אבער דעס וואס די מאכסט אזא לייכטזיניגע סטעיטמענט וועגן ענארעקסיע, האלט איך אז דו געבסט מער קרעדיביליטי פאר די אוסרים. לאמיר זעהן ווי פיל געווענליכע אויסזעהענדיגע פרויען אדער מער נישט געווענליכע וועלן האבן די זכיה אז זייערע בילדער וועלן אריינגיין אינעם אויסגאבע.
כ'בין נישט קלאר וואס דו מיינסט צו זאגן. כ'האב געזאגט אז די איינציגסטע מענטשן פון וועלכע אונזערע טעכטער זעען בילדער, זענען אדער מענער אין אונזערע אויסגאבעס, אדער אויסגעדארטע פרויען מאדעלן אויף בילבארדס. ביידע זענען שלעכטע מעסעדזשעס פאר אונזערע קינדער.
ביבער האט געשריבן:איך קויף עס פאר מיינע אינגלעך. די מעסידזש איז פשוט אז פרויען זענען מענטשן.
יעקב מענטש האט געשריבן:זעה איך נישט די גרויסע 'נחיצות' צו אראפווארפן דעם גדר. עפעס פעלט פאר די פרויען וואס זענען אויפגעוואקסן די לעצטע 50 יאר?
ראובן האט געשריבן:yatzmachp האט געשריבן:אבער דעס וואס די מאכסט אזא לייכטזיניגע סטעיטמענט וועגן ענארעקסיע, האלט איך אז דו געבסט מער קרעדיביליטי פאר די אוסרים. לאמיר זעהן ווי פיל געווענליכע אויסזעהענדיגע פרויען אדער מער נישט געווענליכע וועלן האבן די זכיה אז זייערע בילדער וועלן אריינגיין אינעם אויסגאבע.
כ'בין נישט קלאר וואס דו מיינסט צו זאגן. כ'האב געזאגט אז די איינציגסטע מענטשן פון וועלכע אונזערע טעכטער זעען בילדער, זענען אדער מענער אין אונזערע אויסגאבעס, אדער אויסגעדארטע פרויען מאדעלן אויף בילבארדס. ביידע זענען שלעכטע מעסעדזשעס פאר אונזערע קינדער.
בת קול האט געשריבן:יעקב מענטש האט געשריבן:זעה איך נישט די גרויסע 'נחיצות' צו אראפווארפן דעם גדר. עפעס פעלט פאר די פרויען וואס זענען אויפגעוואקסן די לעצטע 50 יאר?
גראדע יא
פרויען וואס אנערקענען זייער סטעטיס אין אונזער קאמיוניטי פילן זיך אראפגעקוקט, און נישט געשעצט.
מיר געבן צו אסאך מער ווי מענטשן ווי דיר געבן קרעדיט.
עס קומט זיך אונז פיל מער אנערקענונג.
אויב מען קען אונז געבן power דורך באזייטיגן א self-inflicted גדר, פארוואס דען נישט.
בת קול האט געשריבן:ווען איך זיץ ביי מיין טאטע/שווער און ס'גייט א שמועס, אויב פרעג איך א שאלה, לייג צו צום שמועס, געבן מיין אפיניען, מורמלט זיך שוין די שוואגער אינטער איך זאל שטיל זיין.
בת קול האט געשריבן:ווען איך וויל אריין אין געשעפט פאלט נישט ביי פאר א מאן צו האלטן אפען די טיר, עס זאל נישט אריין האקן אין מיר אדער מיין קערידש. (אבער געוויס ווען א פרוי טראגט שבת וועט ער זיך נעמען שרייען שבת, ווייל א פרוי וועט אוודאי גארנישט צוריק שרייען. )
.
בת קול האט געשריבן:ווען איך זיץ ביי מיין טאטע/שווער און ס'גייט א שמועס, אויב פרעג איך א שאלה, לייג צו צום שמועס, געבן מיין אפיניען, מורמלט זיך שוין די שוואגער אינטער איך זאל שטיל זיין..
בת קול האט געשריבן: ווען איך וויל אריין אין געשעפט פאלט נישט ביי פאר א מאן צו האלטן אפען די טיר, עס זאל נישט אריין האקן אין מיר אדער מיין קערידש..
בת קול האט געשריבן:פרויען אין די חרדישע וועלט דארפן זיין גוטע געטרייע מאמעס און ווייבער, אויב פרובירט מען זיך ארויף בויען אפילו אויף א אויסגעהאלטענעם אויפן ווערט מען פארשריגן.( רחל פרייער און גאנץ עשרת נשים פון הצלה.)
בת קול האט געשריבן:איך דארף נישט בילדער פון פרויען ווייל איך וויל זיי זעהן, נאר ווייל דאס נעמט אונז ארויס פון אונזער פארשטיפטן ווינקל, און צווינגט אייך, הויכגעשעצטע מענער, צו אנערקענען אונזער עקזיסטענץ, און אונזער רעכט דערצו.
יעקב מענטש האט געשריבן:בת קול האט געשריבן:ווען איך זיץ ביי מיין טאטע/שווער און ס'גייט א שמועס, אויב פרעג איך א שאלה, לייג צו צום שמועס, געבן מיין אפיניען, מורמלט זיך שוין די שוואגער אינטער איך זאל שטיל זיין..
ביי אונז אידן איז דא א הלכה פון צניעות, ס'איז דא די טרוקענע הלכה וואס איז מותר און וואס איז אסור, און נאכדעם איז דא פרושים וואס זענען מער מחמיר און אלץ איז יסודתם בהררי קודש.
ווען א פרעמדע פרוי וויל מיטשמועסן מיט מענער דהיינו "פארברענגען" אוין א לעבהאפטן שמועס מיט פרעמדע מענער, איז דאס בפשטות אסור עפ"י שו"ע (אזוי געדענק איך), ס'האט גארנישט מיט ווייניג אנערקענונג פאר פרויען, און ס'מיינט נישט אז די פרוי'ס מיינונג איז ווייניגער ווערד, סך הכל קען זי נישט זיין קיין שותף אין פארברענגען שמועס מיט פרעמדע מענער. "רעספעקט" אדער 'אנערקענונג' קומט בכלל נישט אריין דאבת קול האט געשריבן: ווען איך וויל אריין אין געשעפט פאלט נישט ביי פאר א מאן צו האלטן אפען די טיר, עס זאל נישט אריין האקן אין מיר אדער מיין קערידש..
דאס איז עפ"י רוב א מדות פראבלעם, מענטשען האלטן נישט קיין טיהר פאר מענער אויך נישט, און אויב איינער טוט דאס אלץ פרומקייט, איז ער זיך פשוט טועה ולאו על הכלל כולו יצא, ס'איז א מיעוט מענטשען וואס זענען אזוי.בת קול האט געשריבן:פרויען אין די חרדישע וועלט דארפן זיין גוטע געטרייע מאמעס און ווייבער, אויב פרובירט מען זיך ארויף בויען אפילו אויף א אויסגעהאלטענעם אויפן ווערט מען פארשריגן.( רחל פרייער און גאנץ עשרת נשים פון הצלה.)
אויב איינער האלט אז עזרת נשים איז א פראבלעם מיט צניעות, מיינט דאס אז ער זוכט צו 'אונטערדרוקן' פרויען? ער וויל פשוט נישט אז זיי זאלן האבן די זעלבע power ווי מענער?. דאס איז א אויסגעטראכטע ליגענט געווארן פארשפרייט דורך או טי די ניקעס וואס זוכן צו מאכן טוישונגען אין די געזעלשאפט. האט נישט קיין שום באזיס אין רעאליטעט!בת קול האט געשריבן:איך דארף נישט בילדער פון פרויען ווייל איך וויל זיי זעהן, נאר ווייל דאס נעמט אונז ארויס פון אונזער פארשטיפטן ווינקל, און צווינגט אייך, הויכגעשעצטע מענער, צו אנערקענען אונזער עקזיסטענץ, און אונזער רעכט דערצו.
עגעין! איר פיהלט זיך אונטערדרוקט על לא דבר, און דערפאר זוכט איר וועגן וויאזוי זיך צו באפרייען פון די תפיסה וואס עקזעסטירט אין אייער אילוזיע.
בת קול האט געשריבן:
אויב שמועסן איז נישט אויסגעהאלטען, וואס פונקטליך טוסטו יעצט?
זיך שרייבן מיט אן אומבאקאנטע איז ביי אייך די זעלבע זאך ווי פארברענגען פערזענליך?
מיין פאונט איז אז א מאן וואלט מען נישט פארשוויגן.
הייפעטעטיקלי? קען זיין. אבער אין די פרומע געזעלשאפט וועט זיך א מאן נישט דערוואגן אריינצורעדן.
גראדע זענען דא מענער וואס האלטן נישט די טיר ווייל זייער חניקישקייט מאכט זיי בלינד צו אונז.
אינטערעסאנט אז איר שפירט אזוי, ווייל איך קען אייך גאראנטירן אז דער כאניאקישע אינגערמאן שפירט גאר פארקערט. ער שפירט זיך ווי אין פעקל דווקא די פרוי איז אין זיין מח מער באפרייט און קען שפאצירן וואו אימער, און ער איז פארנומען א גאנצע צייט זיך היטן. אויסער די פאר צעווילדעוועטע וואס זענען כסדר פארנומען קלעבן צעטלעך מיט אנווייזונגען פאר די פרויען, זענען די רוב כאניאקישע איגעלייט דווקא דאס פארקערטע (היות פון צווישן אייערע תגובות איז משמע אז איר זענט נאנט פארבינדן מיט (פארמעקט), איז אדרבה, איר האט מסתמא ביי וועם צו פרעגען און נאכגיין וויאזוי זיי שפירן, איר וועט זיין איבעראשט.
און יא, עס איז זיכער מער צניעות'דיג אז א הצלה מאן זאל דעליווערן מיין בעיבי.
אמת. אבער איך בין נישט זיכער אז די מערכה האט געהאט צו טוהן מיט דעם פאקט אז דאס איז געווען פרויען. איך גלויב אז אויב איך וואלט געעפנט א קאנקורענט צו הצלה וואלט די מערכה געווען די זעלבע (איך מאך נישט אוועק הצלה ח"ו, עס איז זייער נארמאל פאר סיי וועם אין עסקנות אזוי צו רעאגירן, ווייל א עסקן איז בטבע אזא איינער וואס פארלאזט זיך נישט אויף אנדערע, ווען נישט וואלט ער קיינמאל קיין עסקן געווארן נאר זיך פארלאזט אויף אנדערע. כאטשיג עס איז פארט אומגערעכט)
זאכן ווי דרייוון א קאר,
זינגען אין פאבליק,
הלכה
נישט דארפן טראגן א פארשוויצטע קאפ צודעק,
די מענער ביי חסידים האבן עפעס א לייכטערע טראגע?
און נאר דארפן ארויסנעמען די מיסט יעדן טאג,
איך וויל אייך נישט מאכן קיין שלום בית פראבלעמען, אבער ביי מיר, מיין טאטען, מיין שווער, אין שטוב איז דאס אויסדרוקליך דעם מאנס דזשאב. איך ווייס נישט פון וואנעט איר נעמט אז ביי די אלגעמיינע חרדי'שע געזעלשאפט איז דאס דווקא די פרוי.
איז עפעס וואס דו נעמסט צופיל פארגרענטעד.
דו דארפסט נישט פארטיידיגן יעדע אומרעכט. יא, פרויען זענען די אראפגעקוקטע אין אונזער געזעלשאפט. עס זענען דא פילע זאכן וואס הלכה וועט קיינמאל ערלויבן צו טוישן, אבער וואס מען קען יא, האט נישט קיין שום זין מען זאל זיי אנהאלטן.
ווי לאנג מען וועט אונז פארשטעקן, וועלן די שטארקע און אינטעליגענטע פון אונז, אראפגיין פון וועג.
איר שיינט צו זיין אינטעליגענט, בלייבט מיר נאר איבער צו וואונטשן איר זאלט נישט זיין שטארק.
בת קול האט געשריבן:@ריכטיג
אייער לעצטע זאץ ברענגט ארויס מיין פוינט.
וואס האט עטץ אזוי מורא פון פרויען וואס האבן א שטארקע כאראקטער?
בת קול האט געשריבן:יא, פרויען זענען נישט אויף די זעלבע לעוועל ווי מענער. איך האב קלאר געזאגט אז אסאך האט צו טוהן מיט הלכה וואס וועט זיך קיינמאל נישט טוישן.
בת קול האט געשריבן:אבער דאס וואס האט נישט מיט הלכה, און מען וויל נישט טוישן, ווייזט קלאר אויף אינדעווידיאלן וואס האבן א פראבלעם מיט געבן power פאר פרויען.
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט