גאאאוועד אדער ראאאוועד? שטימט!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 616 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1899 מאל

גאאאוועד אדער ראאאוועד? שטימט!

שליחה דורך גדליה »

צווישן די אלע מחלוקת'ן ביי כלל ישראל, איז אין די לעצטע פאר יאר צושטאנד געקומען א פרישער מחלוקת: די הכתרה פון פוסק הדור.
ווילאנג הרב וואזנער איז געווען בחייו האבן אלע מודה געווען אז דער טיטל באלאנגט פאר אים. ער איז למעשה געווען דער גרעסטער משיב פון דור און עס קומט אים. וואס איז יושר איז יושר.
נאך די פטירה פון דעם פריערדיגן פוסק הדור איז ענטשאנען א טיפע ריס אינערהאלב די יהדות הצרופה. צד מהרז"ל האט באלד געקרוינט הגאון ר' יצחק טוביה ווייס, דעם גאאאוועד פון ביד"צ עדה החרדית אלס פוסק הדור. נאר ס'האט נישט ממש געשטימט ווייל אלע תשובות פון גאאאוועד זענען ליידער פארברענט געווארן נאך פאר זיי זענען געשריבן געווארן. האט מען זיך באנוצט מיט אנדערע טיטלען אן מיטלען, כ"ק מרן הגאאאוועד שליטע, ירושלימ'ער רב, מרא דארעא דישראל, רבא דעמיה מדברנא דאומתיה, וכו' וכו'.
צד מהר"א האט אוודאי נישט מודה געווען אין די פסיקת הדור פון גאאאוועד שליטא. און פאר עטליכע יאר זענען זיי געווען פאריתומט אן קיין איינעם וואס זאל זיין פוסק הדור. ענדליך לכבוד די גרויסארטיגע קינות אין די רוימישע קאלעסיום האט מען באשלאסן אז יעצט איז די צייט! הגאון ר' משה שטערנבוך שליט"א, סגן נשיא וראב"ד דעדה החרדית, וועט דינען אין דעם פאסטן אלס פוסק הדור. דא דארף באמערקט ווערן אז ווארשיינליך איז א גרויסע עיכוב געווען ווי אזוי מ'רופט אים. הרב ווייס קען מען רופן ירושלימ'ער רב, אמער ער גייט דאך אפילו א קאפטן. אבער רב שטערנבוך, וואס קיין גאלדענע קאפטן גייט ער נישט, קיין פעלץ פארמאגט ער נישט, און רב איז ער אויך נישט, איז וואזוי קען מען אים רופן. אמאל פלעגט מען אים טאקע מהאי טעמא רופן בלויז שר התורה, אבער איז מען יעצט טאקע געפאלן אויף די המצאה אז מ'גייט אים רופן ראאאוועד ירושלים. כנראה אז ירושלים באשטייט פון א בית דין שטיבל פון צען טפחים ערגעצוואו אין דעם הייליגן שטאט.
עניוועי, דער עולם דארף טשוזן זייטן און אויסקלויבן א פוסק הדור ווילאנג ס'איז נאך עוועילעבל. איך בין שטארק נבוך. פאלגנד זענען די צדדים:

ערשטער קאנדידאט - הגאון ר' משה שטערנבוך שליט"א:
א. האט פראדוצירט צענדליגער בענדער לומדישע חיבורים אין אלע חלקי התורה
ב. הייסט א גרויסע עילוי
ג. א ערנסטע בעל צורה וואס ציט א בליק מיט זיינע שארפע אויגן
ד. גאנץ מעסיג בעניני קנאות
ה. איינציגע חרדישע גדול וואס איז אויך א וויצע פרעזידענט

צווייטער קאנדידאט - הגאון ר' יצחק טוביה ווייס שליט"א
א. ירושלימ'ער רב (וויכטיגסטע עסעט!!!)
ב. פירט זיך בגינוני אדמורות, פארמאגט א קאפטן, א פעלץ, א הויז בחור, א גבאי, ליינט קוויטלעך וכו' וכו'
ג. נישטא קיין איין שטיקל געדרוקטע חידוש אין גאנצן כדור הארץ (אויסער איין שאלה צו רבי מענדל זילבער וואס כ'האב געטראפן אמאל פארווארפן אין מאזני צדק)
ד. איידעלע איינגעדארטע גוף, ווי ס'פאסט זיך פאר ירושלים של מעלה
ה. גאר שטארק קנאיש געשטימט, אן קיין שום פשרות.

חברה, ס'איז צייט צו שטימען!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום גדליה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ

דער אשכול פארמאגט 54 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר