שומרים עקזיסטענץ אין פרעספעקטיוו:

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3331 מאל

שומרים עקזיסטענץ אין פרעספעקטיוו:

שליחה דורך קאך_לעפל »

בס''ד.

אין ליכט פון די שערירה וואס ס'שפילט אצינד אפ אין אונזער היימישער בארא פארק. נעמליך, די פאליציי באשולדיגט א פערזאן וועלכער זיצט אויף גאר א מאכטפולע פאזיציע, און פארטרעט אנגעבליך אונזער ציבור ביי די פאליציי, מיטן פארגעוואלדיגן א יונג צארטען אומשולדיג מיידל אויף גאר א געמיינעם פארנעם.

די דאזיגע באשולדינג אפגעזען צו ס'איז יא אמת אדער נישט. פאראורזאכט א פולשטענדיגע קאטאסטראפע פאר די אומשולדיגע אידישע איינוואוינער איבער גרעיטער ניו יארק.

ווען מ'קוקט זיך אזוי ארום צווישן אונז אנשי שלומינו, באמערקט מען גלייך אז ס'איז פארהאן צווייערליי באשעפענישן:

ס'איז פארהאן שטילע מענטשען וועלכע מאכן נישט קיין שום וועזן פון זיך. ער קומט אין אין בית מדרש אריין יעדן טאג צום דאווענען, ער גייט ארבייטן און קומט אהיים צו די פאמיליע. ער שטארצט נישט ארויס צווישן די מענטשהייט. ער טיילט קיינעם נישט איין וואס צו טאן, ער מישט זיך אין קיין אנגעלעגנהייטן וואס האבן נישט צו טאן מיט אים. ער לעבט זיך פאר זיך אינעם באשעפערס וועלטל און פראבירט צו טאן דאס בעסטע וואס ס'איז מעגליך צו פארפילן זיינע פליכטן אויף דער וועלט...

דאקעגן זענען פארהאן מענטשען וועלכע זענען געבוירן געבוירן געווארן מיט טשערי-לייטס אין מוח רח''ל. זיי זענען טאג און נאכט פארנומען זיך צו מישן אין אנגעלעגנהייטן וועלעכע האבן גארנישט איינגעשטויסן מיט זיי, און פראבירן מיט זייער פיצקעלע שכל צו לינדערן די וועלטס פראבלעמען. זיי דרייט זיך ארום מיט רעדווערדיגע מכנסיים, אזש די צענדליגע וואקי טאקיס און טעלעפאנען אנגעהאנגען אויף זייערע ברייטע לעלו פאסיקעס, פארשווערט זיי גאר דאס גיין געהעריג. מאנכע פון די באגאבונדען טראגן זיייערע קומיוניקאציע אפאראטן אפילו אין סאמען שבת קודש. ( אויס זארג אז דער פענגעטאן אדער די ען.עס.עי. וועט זיך פארבינדן מיט זיי פאר א פרישע זיכערהייטס באריכט, די דאזיגע באשעפענישען זענען אנגעבליך ביי די מיינונג אז די גאנצע וועלט שטייט גאר אויף זיי, און זיי מיט זייער טיפן און אומנאטורליכע פארשטאנד, פארמאגן די קוואליפעקאציעס צו לעזן יעדע סארט סיטאציע וואס מאכט זיך =) (עיין ערך קלעצקי הי''ד וד''ל)

די דאזיגע יונקי שדיים, האבן באשיינפערליך געטראפן א פאסיגער אונטער-טירל זיך ארויפצוצווינגען אויף די געזעלשאפט, און שענקן פאר די אומשולדיגע ציוויליזאציע זייער אומנויטיגע-דינסט. זיי זענען אלע אנגעשלאסן אין די קינדערישע שומרים באוועגונג, וואס דאס שענקט זיי אוטומאטיש די לעגימיטאציע צו געוועלטיגען אויפן ציבור, און זיך צו מישן אין אלערליי פערזענליכע פאמיליע אנגעלעגנהייטן פון מענטשן (מערסטנסטייל גענצליך אומגעבעטן)

די פאליציי האבן אין אלגעמיין א גוטע שמעק צו דער 'שומרים בוגי מאן' מיינט ווירקליך דעם זיכערהייטס אן די וואוילזיין פון די פופאלאציע, אדער ער זוכט בלויז אטענציע און זיך ארויסצוגעבן זיין געמיינע 'הערשן-אויף-אנדערע' נאטור. און ווען זיי קומען צ די איבערצייגונג אז דער עסקן זוכט בלויז זיך אויפצובויען זיין מאכט אויפן ציבור, הייבן זיי באלד אן אין געהיים דער פארגעשריבענעם פראטיקאל פטור צו ווערן פון דעם דאזיגען גרוילהאפטיגן באשעפעניש, זיי הייבן ספאנטאן אן אריינצוקוקן עטוואס טיפער אין זיין פערזענליכע לעבן. און צום גרויס ווייטאג טרעפן זיי אין אלגעמיין אפיר אזעלכע זאפטיגע ווארע, אזש זיי פארסמאקווען זיך דערמיט מיטן געסטן מאס פארגעניגען.

די פארשטינקענער שומרים לעלו, די זאגסט אז די טרענירטע פאליציי טוען נישט זייער ארבייט ווי עס דארף צו זיין? און די ראצערל און ניקסט, פארפולסט גאר דאס ארט פון די פראפעסענאלע פאליציי אפיצירן? גוט... לאמיר א בליק טאן אין אייער פערזענליכע לעבן... כאבאר, פארזוך זיך איינצוהאנדלן אומלעגאלע געווער, (דאס פעלט אונז נאך אויס, אז די דאזיגע ממזירים זאלן גאר טראגן ביקסען, גאט באהיט די פאראייניגטע שטאטן) פארגעוואלדיגן יוגענטליכע (זכרים זענען פולשטענדיג נישט אויסגעשלאסן) חאשיש, זיך אפרעכענן מיט פערזענליכע פיינט, און אייגענליך וואס נישט?

און ווען אן ערענסטער עסקן קומט צו גיין צו די באהערענדע און פראבירט צו העלפן א צווייטער איד, וואס איז אין אלגעמיין די רעאקציע פון די פאליציי? איי איי די בישות און חרפות.....

די ארגענעזאציע שומרים, דארף פארשלאסן ווערן מיט שלאס און ריגל ווען ס'איז נאך צייט. ווארום אין ליכט פון די לעצטיגע געשענענישן וועט נישט נעמען לאנג ביז די פאליציי וועט דאס טאן, און ווי ס'איז זעלבסטפארשטנדליך וועלן זיי עס נישט טאן מיט קיין זיידענע הענטשוך....

והמבין יבין.

דער אשכול פארמאגט 12 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר