דורך berlbalaguleh » פרייטאג יוני 22, 2018 3:43 am
רביה"ק: זי איז א תלמיד חכם. און א בתנש"ק אויכעט. און וואס וועט זיין ווען זי וועט וועללן צוריק ווערן א מאן. וועט זי טרעפן א תורה וואס רעדט וועגן א דאבל טרענס דזשענדער...?!
איך קען פאראויסזעהן אז די מעדיצינישע וויסנשאפט וועט ווערן אזוי שטארק פארגעשריטן אז אט די ברואים/בריאות וועללן קענען אריינגיין אין א סטאר און קויפן אינטערטשענדזשעבל פארטס. אלעס לויט זייער טעגליכע גוסטע. אמאל וועט ער/זי זיין א מאן. און אמאל א פרוי. אדער היינט א טומטום. און מארגן אן אנדרוגינוס. (ארויסגעזאגט לויט דעם אמעריקאנישן וועג...ענדראו-דזשינוס.)...!
פאר עבי סטיין וועט עס לכאורה זיין א שטיקל פראבלעם. ערשטנס וואו וועט ער/זי דאווענען אין טאטנ'ס (אדער ברודער'ס) ביהמ"ד.ביי די מענער אדער אין ווייבער שול. אויך. וועלכע ברכה וועט ער/זי מאכן שלא עשני איש אדער שלא עשני אישה. אדער שלא עשני כרצוני...!
נאר אויב אונז וועללן מיר נאך האבן די זכייה צו האבן דעם הויך געשעצטן מעיאר ביל די בלאזיא ירום הודו ביים רעדל, וועט די שטאט ארויסגעבן א געזעץ אז מ'וועט מוזן בויען אן אפטיילונג פאר די טרענסזשענדערס און די אנדערע מיני משונה'דיגע ברואים/בריאות...!