הקטן האט געשריבן:רוב וועלן בלייבן מיט די צינג אינדרויסן, און דיר ענפערן אז דו זאלסט גאגלען origin of life און די וועסט שוין זען
מיין גאגעל ברענט דאס ארויף אויף די טאפThe origin of life on earth is a scientific problem which is not yet solved. There are plenty of ideas, but few clear facts. It is generally agreed that all life today evolved by common descent from a single primitive lifeform.
אנדערע וועלן ניצן א leap of faith און די כח פין סייענס און וועלן זאגן אז הגם מיר האלטן נאך נישט דארט אבער סוף סוף, גלייב איך, אז מיר וועלן דאס אויספיגערן
איך בין נישט קיין אטאיסס, און איך בין נישט אינגאנצן זיכער אז אלץ וואס זיי פארקויפן איז אמת. איך האב נאר געוואלט ארויסברענגען, אז אויב דיין אמונה איז געבויט אויף דעם אז זיי האבן נישט קיין תירוץ אויף דעם, וואס וועסטו טון מארגן, ווען זיי גייען אויפקומען מיט א טעאריע וואס איז מתקבל על הדעת, מיט צענדליגע הוכחות שאין עליהם תשובה אלא בדוחק גדול?
אלא מאי? דעמאלטס גייסטו זוכן אן אנדער תירוץ צו גלייבן, אדער וועסטו זאגן "חלה דעקל". איז וואס גייט מיין תירוץ אויפטון? פארוואס זיך משוגע מאכן סתם אין די וועלט אריין? מאך דו אליין א גוגל סוירטש.
ווי האט יענער געזאגט, דו האסט נישט קיין קשיות, דו האסט תירוצים, אויף קשיות קען איך ענטפערן תירוצים, אויף תירוצים קען איך נישט ענפערן קיין תירוצים.
ועל כגון דא נאמר, "שערי תירוצים לא ננעלו".