"עזרת נשים" אפטיילונג אין הצלה געגרינדעט

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט

הודעהדורך אישתישבי » דינסטאג מערץ 27, 2018 9:01 am

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ס'איז דא ערגעץ די מעשיות אויף הצלה? וויאזוי נעמען זיי קעיר פון זייער פראבלעמען? איז עס דען מעגליך אז אין זעכציג יאר זענען נישט געווען קיין פראבלעמען?

איך טראסט קיינעם נישט דא, איינער האט אן אינטרעס אין מפרסם זיין, און דארט האט קיינער נישט קיין אינטערעס.


הצלה האט גאר אסאך פראבלעמען, אנהייבנדיג אז אונזערע מענטשען וואס גייען נעמען די טעסטס זענען געוועהנליך נישט די קליגסטע (קוק דיך אום אויף דיינע קלאס קאלעגען וואס זענען הצלה מעמבערס און דערמאן דיך זייערע מארקס אויף טעסטס ווען זיי זענען געווען צוזאמען מיט דיר אין חדר), די סיבה איז פשוט ווייל די קלוגע זוכען נישט צו זיין הצלה מעמבערס, עס איז מער דער סארט וואס זוכט א לעלו מיט א טראק און א קאר וכו', און סיי טשיטען אפ די טעסטס וואס מען ברויך נעמען.

און וואס מיינסטו זיי מאכען נישט קיין טעותים? אוודאי מאכען זיי טעותים, נאר פארוואס זאלסטו הערען?

איז דער גאות פין די הצלה מעמבערס נישט אריין צו לאזען פרויען זאלען טוהן געבורטס, נאכדעם וואס עס איז א דבר פשוט אז די וויכטיג מאכערס ווען עס קומט אריין א קאל פין א געבורט, מען רעדט שוין נישט פין דעם אז אלע קומען צו לויפן ווי קינדער נאך לאלי פאפס, נאר דאס אליין אז זיי פארציילן פאר דעם און יענעם, כאילו יעדער יענטא קנאקער דארף וויסען דערפין, בושה תכסה פניהם.

האבען זיי מורא געהאט אז טאמער וועלען זיי אריין לאזען פרויען הצלות וועלען זיי אויפדעקען זייערע חרפות, אז זיי זענען על פי רוב אנגעטשיטע עי עי טי'ס. וואס טוט מען? רעדט מען אפאר רבנים זאלען נישט מסכים זיין מיט אפאר נארישע הלכה'שע דוחקים אז אין מצילין על ידי אשה וכו', כאילו זיי פארגעסען אז אין הלכה שטייט קוראין לה חכמה (א פרוי א מילדת) ממקום למקום, און די פראבלעמען זענען אפגעשאפן, די גזירה בטל, מען וועט נישט חלילה מגלה זיין די חרפות פין אונזערע הצלה מענטשען.

אדרבה, טאמער ביסטו באקאנט אין סיי וועלכע מעדיצינישע זאך, פרעג א הצלה מעמבער, ער וועט נישט וויסען פודנו ומצילנו, אויב וועט אים פאסען צו ענטפערן בכלל.

איין זאך זענען זיי יא, גוטע קאר סערוויס אין האספיטעל, מיט גוטע קאנעקשענס צו געבען סערוויס אין דער בית הקברות וואס הייסט מיימאנידיס.

ווארט נאר, פראביר צו בעטען זיי זאלען דיר נעמען אין א אנדערע שפיטאל, וועט זייער העפליכקייט זיך צורינען ווי פוטער אין די זון.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1796
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 76 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 961 מאל

הודעהדורך סקרן » דינסטאג מערץ 27, 2018 10:07 am

שקר וכזב (עכ"פ אין ב"פ), כ'האב שוין אפאר געהאט הצלה קאלס דא, זיי זענען פלינק, זיי ווייסען וואס צו טוהן, די עטליכע מעמבערס איך האב געדילט מיט {מער ווי איינס און צוויי, כאפ מיך נישט אויף די נאמבער} זענען ערליכע נארמאלע מענטשן,
טייל פון זיי קען איך פון פארדעם, טייל נישט. איך האב נישט געוואלט גיין קיין מיינמאנעדיז {איך גיי נישט אריינגיין אין דעם וואס דו רופסט זיי א בית הקברות, מסתמא ווען דו ביזט געווען אין חדר איז עס אזוי געווען, רוב פון זייערע חלקים זענען זייער גוט און סאך סאך בעסער ווי אמאל, אבער צו מאכען דיין תגובה יומערע"ס איט וואז עי גרעיט מאוו} עכ"פ זיי האבען מיך גענומען קיין מאנהעטען און אויסגעווארט ביז איך בין געווען מסודר.

פארוואס זיי נעמען נישט אריין קיין פרויען ווייס איך נישט, אבער לויט די מעשיות וואס קומען צוריק אויף עזרת נשים הצלה קען איך פארשטיין פארוואס.

איך וואונטש אייך א באנטש הצלחה, און ווען על כל צרה שלא תבוא דו זאלסט דארפן הצלה רוף עזרת נשים, און אין צוואה זאלסטו לייגען דיין פעסווארד צו קאווע שטיבל אזוי די יורשים זאלען קענען שרייבן וויאזוי ס'האט זיך אויסגעלאזט.
באניצער אוואטאר
סקרן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1074
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 20, 2016 1:22 pm
געפינט זיך: הלואי ווען איך וואלט געוויסט!
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 649 מאל

הודעהדורך בן ישי » דינסטאג מערץ 27, 2018 11:01 am

די לייגסט אזוי ארויף א נאסע ליילעך אויף גאנץ הצלה וואס איז אויסדריקלעך נישט אמת.
איך האב שוין אסאך געניצט הצלה אין אלע האבן געוויסט וואס צו טוהן אין קענסט פרעגן קשיות אין זיי וועלן דיר ענטפערן אלעס.
איך האב געהאט אפאר מאל וואס מ'האט אריינגענומען קיין מאנהעטען (איין מאל האט זיך די מעמבער אנטשולדיגט אז ער קען נישט גיין קיין מאנהעטען יעצט האט ער אריינגערופן א צווייטער מעמבער צו נעמען די טרענספארט).
אוודאי פון א גרויסע ארגעניזעשין איז זיכער דא וואס זענען נישט די בעסטע אבער ב"ה איך האב זיי נאכנישט באגעגענט.
אין פונקטליך ווי גיט די עזרת נשים מעמבערס קענען די זאכן איז דאך באקאנט....
איך האלט אז הצלה וואלט געמעגט האבן פרויען וואס זאלן אויך ריספאנדען אבער דאס מיינט נישט אז די מענער ווייסן נישט וואס טוהט זיך (איך קען איינער וואס האט געהאט שוואכע מארקס אויפן טעסט אין היינט איז ער א דאקטער, נישט איינזיצן אלץ קינד מיינט נישט אז מ'קען קיינמאל נישט פעסן גארנישט).
דוד בן ישי עבדך משיחך
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1354
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 225 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 617 מאל

הודעהדורך אישתישבי » דינסטאג מערץ 27, 2018 11:39 am

יעדער ווייסט אז זיי נעמען נישט צו אן אנדערע שפיטאל, חוץ ביי טראמא וואס זיי נעמען צו לוטערען. אמאהל וועט זיין א אויסנאם, אבער דאס איז זייער פאליסי (כידוע, אז א פאליסי איז נאר אויסרייד אויף רשעות).

מיימאנידיס איז בעסער ווי עס איז געוועהן, אבער זיי זענען בכלל נישט אזוי געוואלדיג. און די פאליסי פין הצלה נאר צו נעמען דארט האט נישט מיט דעם אז זיי זענען גוט לדעתם, נאר ווייל זיי באקומען עפעס דערפאר.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1796
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 76 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 961 מאל

הודעהדורך סקרן » דינסטאג מערץ 27, 2018 11:57 am

איך ווייס נישט פון וועלכע פאליסי דו רעדסט, זיי האבן מיך איינמאל גענומען קיין מאנהעטען און איינמאהל קיין לוטערן ווייל מיין ווייב האט זיך איינגע'עקשנ'ט צו גיין אהין, אבער זיי האבן גערן גענומען, איך ווייס נישט פון ווי דו נעמסט דיינע פאליסיס.
ס'קען זיין אז זיי נעמען ענדערש אהין ווייל דארט האבן זיי בעסערע סערוויס אדער ווייל ס'איז נאנט.
באניצער אוואטאר
סקרן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1074
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 20, 2016 1:22 pm
געפינט זיך: הלואי ווען איך וואלט געוויסט!
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 649 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מערץ 27, 2018 12:10 pm

פארוואס דארף מען די קלוגסטע? פאר ריסערטש וכדו' דארף מען א בעל כשרון. די כוחות צו קענען טראכטן אויף די פיס, טיכטיגקייט צו טוהן צו דער זאך די ערשטע מאל, איידלקייט צו רעדן מיט אימפעט און ווייכקייט און האלטן אינפארמעישען פריוואט, רואיגקייט נישט איבערגענומען צו ווערען פון א שרעקעדיגע סצענע ועוד.

מיין קשיא איז נאר אז ווילדע ליידאקעס ווילן אויך דארט זיין, און זייער 'הייליגע קוה' צושטאנד לאזט קיינעם נישט שטיין על המשמר. אלעס מוז בלייבן בסודי סודות.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8636
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3009 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8092 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מיטוואך מערץ 28, 2018 10:00 am

Check out @hasidic_1’s Tweet: https://twitter.com/hasidic_1/status/97 ... twterm%5E3

איך בין זיכער דער וואס רעדט האט א אייזערנע שלום בית.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1796
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 76 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 961 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » מיטוואך מערץ 28, 2018 10:42 am

אז איינער האט שוין ארויפגעברענגט, הצלה פלעגט נישט אריינפירן ביי דיליוועריעס, זיי האבן אלץ געוואלט מאכן די דעליווערי אליינס, אפילו אין פעלער וואו ס'נאך געווען גענוג צייט. זיי זאלן קענען נאכדעם ארומשיקן אויף וואטס-עפפ צו אויף טוויטער אז נאך א סוקסעספול דעליווערי דורך אונזערע וואלונטירן..... פילע מאמעס האבן זיך געבעטן אריינצופירן, ס'איז נאך דא א שעה צייט, טראג שוין אריין. הצלה האב איך נאר גערופן ווייל איך דארף א בעט, גארנישט מער.
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2077
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1068 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1289 מאל

Re: "עזרת נשים" אפטיילונג אין הצלה געגרינדעט

הודעהדורך אונטער חכם » מיטוואך מערץ 28, 2018 10:47 am

ווען פלעגן זיי עס טוהן? דו ווייסט פון איינעם וואס איז געלעגן א שעה אין אמבולאנס? אדער האבן זיי אפשר אינדוסט?
אונטער חכם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 627
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 5:42 pm
האט שוין געלייקט: 596 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 296 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » מיטוואך מערץ 28, 2018 10:49 am

אונטער חכם האט געשריבן:ווען פלעגן זיי עס טוהן? דו ווייסט פון איינעם וואס איז געלעגן א שעה אין אמבולאנס? אדער האבן זיי אפשר אינדוסט?

יא איך ווייס פון פעלער!!! ווילסט הערן נעמען??

עס איז נישט נאר זיי, איך ווייס אז אויף איחוד הצלה אין ירושלים האט מען דעם זעלבן טענה.
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2077
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1068 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1289 מאל

הודעהדורך בן ישי » מאנטאג יולי 23, 2018 12:10 am

דוד בן ישי עבדך משיחך
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1354
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 225 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 617 מאל

הודעהדורך יעקב מענטש » מאנטאג יולי 23, 2018 4:00 pm

זענען זיי למעשה מצליח?

דער עולם אין ב.פ. רופט זיי אין פאל פון א עמערדזשענסי?

אן די קאאפעראציע פונעם ציבור בלייבט עס ביי בילדער און פאוסט ארטיקלען
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1019
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 881 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 866 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » מאנטאג יולי 23, 2018 4:12 pm

איך האב שוין מיטגעהאלטן עטליכע קאלס. זיי זענען גאנץ פיין מצליח.
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2077
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1068 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1289 מאל

הודעהדורך בן ישי » מאנטאג יולי 23, 2018 8:42 pm

פון די איינציגסטע מאל וואס איך האב געהערט פון זייערע קאלס איז עס געווען צרות...
בכלל זי טענה'ט אז מענטשן רופן נישט ווייל הצלה לאזט נישט...
דוד בן ישי עבדך משיחך
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1354
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 225 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 617 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » מאנטאג יולי 23, 2018 8:45 pm

דו הערסט עס נאר אויף צרות, פון שמחות רעדט מען נישט...
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2077
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1068 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1289 מאל

Re: "עזרת נשים" אפטיילונג אין הצלה געגרינדעט

הודעהדורך בית יוסף » מאנטאג יולי 23, 2018 9:01 pm

איסר האטלקי האט געשריבן:דו הערסט עס נאר אויף צרות, פון שמחות רעדט מען נישט...
פאר וואס זאלען עס זיי טיען פאר וואס נישט א גיין טראגן גהעריג

Sent from my SM-J327T1 using Tapatalk
בית יוסף
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 20
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 19, 2018 6:37 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

הודעהדורך שצם_חנכל » מאנטאג יולי 23, 2018 9:55 pm

הצלה איז אויך געווען צרות די ערשטע פּאָר קאלס, והיה ראשיתך מצער ואחריתך ישגה מאד

It’s sounds right, it feels right, it will be right
שצם_חנכל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 154
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 576 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 148 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » מאנטאג יולי 23, 2018 10:47 pm

בית יוסף האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:דו הערסט עס נאר אויף צרות, פון שמחות רעדט מען נישט...
פאר וואס זאלען עס זיי טיען פאר וואס נישט א גיין טראגן גהעריג

Sent from my SM-J327T1 using Tapatalk

געווענליך ווען איינער רופט זיי איז עס שוין צו שפעט אריינצוטראגן.
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2077
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1068 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1289 מאל

הודעהדורך יעקב מענטש » דינסטאג יולי 24, 2018 6:06 pm

איסר האטלקי האט געשריבן:
בית יוסף האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:דו הערסט עס נאר אויף צרות, פון שמחות רעדט מען נישט...
פאר וואס זאלען עס זיי טיען פאר וואס נישט א גיין טראגן גהעריג

Sent from my SM-J327T1 using Tapatalk

געווענליך ווען איינער רופט זיי איז עס שוין צו שפעט אריינצוטראגן.

אבער דאס איז לכאורה די איינציגע פאל אין וואס איינער רופט זיי, ריכטיג?

אז א פרוי האט טשעס פעינס, וועט זי אויך ענדערש רופן די שופטת ווי איידער הצלה?
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1019
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 881 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 866 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » דינסטאג יולי 24, 2018 6:35 pm

זיי זענען נישט געמאכט פאר דעם, כהיום זענען זיי נאר פאר קינדער.
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2077
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1068 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1289 מאל

הודעהדורך קורקלענד » דינסטאג יולי 24, 2018 6:59 pm

איסר האטלקי האט געשריבן:זיי זענען נישט געמאכט פאר דעם, כהיום זענען זיי נאר פאר קינדער.

אין די אויבן דערמאנטע פּאוסט ארטיקל שטייט אז זיי זענען זיך מטפל מיט מענער אויך מזמן לזמן.

איך ווייס פון א מאנס פארשוין וואס האט זיך זייער אפּגערעדט הלמאי מ'נעמט איהם נישט אן דארט אלס א מעמבער, וואס איז טאקע פשט אין זייער דיסקרימינאציע קעגן מענער? זיי וואלטן געמעגט זיין אביסל מער אפען פאר א ברייטערע ספּעקטרום פון מעמבער'ס ספּעציעל אז ווען ס'מאכט זיך א קאָלל אויף א מאנס פערזאן זאלן זיי איהם קענען שיקן א מאן.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1827
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1657 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1029 מאל

הודעהדורך שצם_חנכל » דינסטאג יולי 24, 2018 7:16 pm

@קורקלענד זאגט גוט

אויב די עזרת נשים איז קלוגער פון איר מענער קאונטערפּאַרט און נעמען מענער אלץ גלייכע מעמבערס וועט עס מעגליך ווערן מעינסטרימד שנעלער.

אויסער ווערן א בעסערע diverse ארגעניזאַציע פאר זיך, וועט עס מעגליך אויך פירן צו גלייכע opportunity אינערהאַלב אנדערע היימישע ארגעניזאַציעס וואס זענען נאך היינט עקסקלוסיוו מענער אדער פרויען.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך שצם_חנכל אום מיטוואך יולי 25, 2018 6:07 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
שצם_חנכל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 154
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 576 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 148 מאל

הודעהדורך בן אדם » דינסטאג יולי 24, 2018 10:58 pm

די רבנים סופארטען זיי נאר אויב זיי זענען נאר פרויען. חוץ מזה, אויב זיי נעמען אריין מענער קען הצלה זיך צומאכן.
Someone's stupid
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2956
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 3072 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1423 מאל

הודעהדורך קומזיץ » מיטוואך יולי 25, 2018 12:06 am

בן אדם האט געשריבן:די רבנים סופארטען זיי נאר אויב זיי זענען נאר פרויען. חוץ מזה, אויב זיי נעמען אריין מענער קען הצלה זיך צומאכן.

פארוואס? הצלה איז אזוי שלעכט?
קומזיץ
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 276
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 9:17 pm
האט שוין געלייקט: 471 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 325 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » מיטוואך יולי 25, 2018 12:56 am

קומזיץ האט געשריבן:
בן אדם האט געשריבן:די רבנים סופארטען זיי נאר אויב זיי זענען נאר פרויען. חוץ מזה, אויב זיי נעמען אריין מענער קען הצלה זיך צומאכן.

פארוואס? הצלה איז אזוי שלעכט?

זיי גיין שוין נישט האבן צו וועם צו קומען ווייל אלע חולים וועלן זיין אין עזר''נ....
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2077
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1068 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1289 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט