ישיבת כוכבי אור - בערי וועבער

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1648
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 260 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 792 מאל

ישיבת כוכבי אור - בערי וועבער

שליחה דורך בן ישי »

היינט ווען אינז האבן שוין זינגערס וואס זענען געווארן רבנים מיט בתי מדרשים איז שוין נישט אזוי שווער צו ווערן א זינגער א ראש ישיבה.

מ'רעדט דא פון דער באקאנטע לעבעדיגע זינגער בערי וועבער וואס האט געעפנט א ישיבה א צייט צוריק אין לעצטענס האט זיך עס אביסל מער פארברייטערט אין ס'איז אין פלאן צו ווערן נאך גרעסער.

אנגעהויבן האט זיך עס ווען בערי האט געטראפן אפאר בחורים וואס דרייען זיך אויף די גאסן אין ווערן משוגה פון די טאג אין ער האט מחליט געווען אז ער גייט זיי העלפען אביסל אין געבן א סיפוק החיים, היינט האלט עס אז בערי איז געווארן די אפיציעלע ראש ישיבה פון ישיבת כוכבי אור אין מאנסי אין אינטער עם זענען דא א שטאב פון פיינע מגידי שיעור אין פראפעשינעלס.

מיט אזא ראש ישיבה איז דאך פשוט אז די ישיבה צייכנט זיך אוואדאי אויס אין אינטערטעימענט, מ'געבט אריין א געשמאק אין א לעבעדיגקייט אין די בחורים מ'ברענגט כסדר אינטערסאנטע רעדנערס אין אלע סארט ענינים אין פארשטייט זיך מברענגט כסדר זינגערס אויף שיינע קומזיצן, יעדן טאג דאווענט מען שחרית צוזאמען מיט בערי אין יואלי לעבעוויטש וואס ס'קימען כסדר ארויס שיינע קליפס פון די לעבעדיגע דאווענען ווער רעדט נאך פון ראש חודש, די ראש ישיבה בערי געבט א שיעור הלכה יעדן טאג נאכן דאווענען.

בקיצור א געשמאקע ישיבה פאר בחורים וואס זענען נישט אין קיין ישיבה אין וואלטן זיך געדרייט אויף די גאסן ווען נישט בערי אין זיינע מיטארבעטערס גיטע הארץ.

איין זאך וואס איך קען צוענדיגן מיט איז: ווי איז דאס געווען אין אינזער צייטן??

כה לחי בערי קיפ איט אפ!
דוד בן ישי עבדך משיחך

דער אשכול פארמאגט 50 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר