"אשת חיל" פאנגט אן סעריע איבער חרדים אין "פארווערטס"

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

"אשת חיל" פאנגט אן סעריע איבער חרדים אין "פארווערטס"

הודעהדורך יאנקל » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 7:01 pm

דער ענגלישער "פארווערטס" האט געמאלדן אז מרת דזשודי ברוין, באקאנט מיט איר פסעוודאנים "אשת חיל" אין איר בוך Hush, פאנגט אן א סעריע ארטיקלען אינעם "פארווערטס" מיט'ן נאמען "אינסייד אוט".
בילד
די סעריע טוט עקספלארירן די נאראטיוו פון איר חסידיש לעבן, און איר אוועקגיין דערפון.
אין איר ערשטן ארטיקל, "א פרוי'ס רוחניות, געמאסטן לויט אירע שטרימפ", טוט ברוין, א טאכטער פון "המודיע" ארויסגעבער מרת רות ליכטנשטיין, דערציילן אירע געפילן ביים גיין די דיקע חרדי'שע שטרימפ אין לויף פון אלע יארן זינט זי איז געווארן זעקס, און גיט איבער אן אינערליכן בליק אויף די צניעות-רעגולאציעס.
זי דערציילט איבער אן אינצידענט ווען אירע שטרימפ זענען נאס געווארן זייענדיג אין הויף, און א הייליגער דורכגייער האט געמיינט אז זי האט נישט אן קיין שטרימפ. יענער האט עס באלד געמאלדן פאר א רב, און אלע גיהנום האט זיך צעבראכן לויז. אויך רעדט זי וועגן חרדים וועלכע כאפן זיך אריבער אין די מואוויס, און אירע איבערלעבענישן דערמיט.
בילד
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3714 מאל

הודעהדורך משה רוקח » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 7:34 pm

נישט געטראפן בעסער וואס צו שרייבן אינעם ערשטן ארטיקל נאר וועגן טייטס?
מיר נעמען נישט קיין אחריות אויף די כשרות פון אונזערע תגובות. מיר זיפן די מעל און באקוקן די אייער.
משה רוקח
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 434
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 7:45 pm
געפינט זיך: רואיגערהייט ביים וואסער
האט שוין געלייקט: 226 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 128 מאל

הודעהדורך הציץ ונפגע » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 8:30 pm

מרת ברוין איז גאר אן אינטעליגענטע און באגאבטע שרייבער. פאר אפאר יאר צוריק פלעגט זי שרייבן ארטיקלן פאר המודיע אין ענגליש וואס איז וואו דערמאנט אונטער איר מוטער'ס אויפזיכט, און פאר די משפחה מאגאזין אין ענגליש. אירע ארטיקלן פלעגן תמיד הייבן ברעמען און אפט ארויסרופן קאנטראווערסיע. זי האט זיך, ווי עס ווייזט אויס, אין די לעצטערע יארן מער דערווייטערט פון איר פאמיליע, און האט ארויסגעגעבן איר בוך אונטער א פסעוודאנים. די ערשטע ארטיקל אירע וועלכע זי האט פארעפנטליכט מיט איר עכטע נאמען און ארויסגעגעבן אז זי איז גאר 'אשת חיל' איז געווען אין א האפינגטאן פאוסט ארטיקל איבער סעקסואלע עביוז אין די היימישע קאמיוניטי. איר ארטיקל אנטקעגן די אינטערנעט אסיפה האט אויך געהאט א ברייטן אפקלאנג איבער דער גארער אינטערנעט.
הציץ ונפגע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 197
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 99 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 382 מאל

הודעהדורך שמיטה » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 8:39 pm

די נייעסטע מעטאד פאר די אוועקגעפאלענע צו מאכן העדליינס. באשמוצן דעם אייגענעם עבר.
באניצער אוואטאר
שמיטה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 296
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 14, 2012 4:57 pm
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 90 מאל

הודעהדורך זר זהב » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 9:55 pm

ס'עפל פאלט נישט ווייט פונעם בוים
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4184 מאל

הודעהדורך דבילה » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 10:35 pm

שמיטה האט געשריבן:די נייעסטע מעטאד פאר די אוועקגעפאלענע צו מאכן העדליינס. באשמוצן דעם אייגענעם עבר.

די עלטסטע חיזוק מעטאד פאר די פארבליבענע - שיסן דעם פאסט טרעגער.
באניצער אוואטאר
דבילה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:17 pm
האט שוין געלייקט: 1399 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 622 מאל

הודעהדורך DotCom » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 11:46 pm

דבילה האט געשריבן:
שמיטה האט געשריבן:די נייעסטע מעטאד פאר די אוועקגעפאלענע צו מאכן העדליינס. באשמוצן דעם אייגענעם עבר.

די עלטסטע חיזוק מעטאד פאר די פארבליבענע - שיסן דעם פאסט טרעגער.

יא, אבער דא איז זי נישט דער פאסט טרעגער נאר דער שיקער, (דער פארווערטס איז אפשר דער מעסענדזשער, ער איז שוין געשאסן געווארן 60 יאר צוריק נעבעך), נישטא וואס צוזאגן, באשמוצן די אייגענע עבר איז א מיאוסע זאך, זאלסט עס קיינמאל נישט טהון דבילה, האסט געהערט?
לול'ן לול'ט ווער ס'לול'ט דער לעצטער (-י.ל.)
באניצער אוואטאר
DotCom
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 631
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 11:51 pm
געפינט זיך: בין פיתום לרעמסס
האט שוין געלייקט: 447 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 725 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 12:04 am

DotCom האט געשריבן:
דבילה האט געשריבן:
שמיטה האט געשריבן:די נייעסטע מעטאד פאר די אוועקגעפאלענע צו מאכן העדליינס. באשמוצן דעם אייגענעם עבר.

די עלטסטע חיזוק מעטאד פאר די פארבליבענע - שיסן דעם פאסט טרעגער.

יא, אבער דא איז זי נישט דער פאסט טרעגער נאר דער שיקער, (דער פארווערטס איז אפשר דער מעסענדזשער, ער איז שוין געשאסן געווארן 60 יאר צוריק נעבעך), נישטא וואס צוזאגן, באשמוצן די אייגענע עבר איז א מיאוסע זאך, זאלסט עס קיינמאל נישט טהון דבילה, האסט געהערט?

דער "פארווערטס" , אין סיי וועלכן פארם איז געווען, און פארבליבן אן אויסגאבע וועלכע האט זיך גענומען דעם תפקיד צו שיסן אידישקייט. אין די אלטע צייטן, בערך הונדערט יאר צוריק האט דער קאלום "א בינטל בריף" גע'עצה'ט פאר די דאמאלסדיגע יונגווארג אז זיי זאלן אפלאזן דעם אלטן "פארשימלטן" וועג פון זייערע עלטערן און ווערן "פראגרעסיוו" דורך מחלל שבת זיין און נישט האלטן כשרות. און ווען דער צעלימער רב זצ"ל האט איינגעפירט חלב ישראל אין אמעריקע האבן זיי געברענגט א קארטון ווי א קוה טובל'ט זיך אין מקוה. אויך היינט ווען זייערע אלטע אידיש ליינערס זענען שוין אויסגעשטארבן, און זיי שרייבן אויף ענגליש שטייען זיי אין שפיץ פון אלע מערכות צו באשמוצן ערליכע אידן און אידישקייט.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13102
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14519 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8343 מאל

הודעהדורך זר זהב » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 12:08 am

ווער ליינט זיי? אפאר פארקאקטע אלצהיימערס פאציענטן.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4184 מאל

הודעהדורך יאנקל » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 12:13 am

איינער האט דא געלייענט דעם ארטיקל פאר'ן קאמענטירן? פרוי ברוין האקט בכלל נישט אויף דעם חרדישן לעבנסשטייגער. זי שילדערט נאר וויאזוי פארשידענע אספעקטן פון דעם לעבן גייען צו. אויב איינער האלט אז די בלויזע פאקטן און געפילן זענען אויטאמאטיש נעגאטיוו, האט ער אפנים נעגאטיווע געפילן צו דעם חרדי'שן לעבנסשטייגער.
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3714 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 12:19 am

זר זהב האט געשריבן:ווער ליינט זיי? אפאר פארקאקטע אלצהיימערס פאציענטן.

נאך א מזל. אבער זיי, פון זייער זייט שטעלן זיך צו צו אלע אנדערע שונאי הדת ווי ביי די מערכה אנטקעגן מציצה בפה און די פרשה מיט'ן ספינקער רבי ר' נ.צ. ווייס. אויך געבן זיי א פלאטפארמע פאר אלע אפגעפארענע יונגלעך און מיידלעך פון די היימישע מחנה.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13102
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14519 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8343 מאל

הודעהדורך לאדיך אפ » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 12:21 am

ווער דען זאל געבן א פלאטפארמע? דער איד און דער בלאט?
באניצער אוואטאר
לאדיך אפ
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 660
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 14, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 299 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 243 מאל

הודעהדורך DotCom » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 12:28 am

יאנקל האט געשריבן:איינער האט דא געלייענט דעם ארטיקל פאר'ן קאמענטירן? פרוי ברוין האקט בכלל נישט אויף דעם חרדישן לעבנסשטייגער. זי שילדערט נאר וויאזוי פארשידענע אספעקטן פון דעם לעבן גייען צו. אויב איינער האלט אז די בלויזע פאקטן און געפילן זענען אויטאמאטיש נעגאטיוו, האט ער אפנים נעגאטיווע געפילן צו דעם חרדי'שן לעבנסשטייגער.

איך האב נאכנישט געליינט און איך האב מיר נאר באצויגן צו א פריערדיגער תגובה, אבער איך מיין קאם אן, וואס האלטסטו אז זי גייט שרייבן בלויז גוט'ס? זי גייט שרייבן אז זי האט אזוי ליב געהאט די חרד'שע לעבנסשטייגער אז זי האט געמוזט אוועקגיין דערפון, בבחי' נפשי חולת אהבתיך?
לול'ן לול'ט ווער ס'לול'ט דער לעצטער (-י.ל.)
באניצער אוואטאר
DotCom
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 631
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 11:51 pm
געפינט זיך: בין פיתום לרעמסס
האט שוין געלייקט: 447 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 725 מאל

הודעהדורך יאנקל » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 12:31 am

אין האב נישט אינוועסטירט אין קיין חרדישע סטאקס, און מיר גייט נישט אן צי זי שרייבט אויך נעגאטיוו. דער עיקר איז אז ס'זאל זיין אביעקטיוו, און איר ערשטער ארטיקל זעט אויס זייער אביעקטיוו.
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3714 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 12:39 am

לאדיך אפ האט געשריבן:ווער דען זאל געבן א פלאטפארמע? דער איד און דער בלאט?

ניין. דאס איז נישט קיין חסרון. נאר ווען זיי נעמען אן אנטי רעליגיעזע שטעלונג און זענענן נישט אביעקטיוו ביי יעדע פרשה וואס האנדלט זיך איבער רעליגיע און די וואס פראקטיצירן עס, זענען זיי געסטעמפלט אלס אנטי רעליגיעז.,
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13102
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14519 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8343 מאל

הודעהדורך DotCom » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 12:45 am

יאנקל האט געשריבן:אין האב נישט אינוועסטירט אין קיין חרדישע סטאקס, און מיר גייט נישט אן צי זי שרייבט אויך נעגאטיוו. דער עיקר איז אז ס'זאל זיין אביעקטיוו, און איר ערשטער ארטיקל זעט אויס זייער אביעקטיוו.

די מעשה מיט די הייליגע דורכגייער הייסט אביעקטיוו? כקען איר נישט און כווייס נישט צו זי קען מלאכת אפי' צו נישט, אבער לאמיר שוין אננעמען אז ס'איז אמת, הייסט דאס אביעקטיוו? זענען מיינע שוועסטער'ס נישט ארומגעלאפן מיט נאסע טייטס און קיינער האט זיי נישט פאר'מסר'ט? וועמען וויל זי דא איינרעדן כאילו אז דאס הייסט נארמאל ביינונז? אמת אז ס'דא משוגעים אבער אויב זי באשרייבט אביעקטיוולי קומט נישט אריין די מעשה דא.
לול'ן לול'ט ווער ס'לול'ט דער לעצטער (-י.ל.)
באניצער אוואטאר
DotCom
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 631
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 11:51 pm
געפינט זיך: בין פיתום לרעמסס
האט שוין געלייקט: 447 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 725 מאל

הודעהדורך יאנקל » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 12:47 am

געדענק אז דער "פארווערטס" שרייבט אז אירע ארטיקלען זענען:
the narrative of her Hasidic life and her departure from it.
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3714 מאל

הודעהדורך DotCom » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 12:59 am

יאנקל האט געשריבן:געדענק אז דער "פארווערטס" שרייבט אז אירע ארטיקלען זענען:
the narrative of her Hasidic life and her departure from it.

בקיצור, איר ארטיקל רעפלעקט נישט דאס חרדישע לעבנסשטייגער.
לול'ן לול'ט ווער ס'לול'ט דער לעצטער (-י.ל.)
באניצער אוואטאר
DotCom
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 631
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 11:51 pm
געפינט זיך: בין פיתום לרעמסס
האט שוין געלייקט: 447 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 725 מאל

הודעהדורך שמיטה » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 1:11 am

DotCom האט געשריבן:
יאנקל האט געשריבן:געדענק אז דער "פארווערטס" שרייבט אז אירע ארטיקלען זענען:
the narrative of her Hasidic life and her departure from it.

בקיצור, איר ארטיקל רעפלעקט נישט דאס חרדישע לעבנסשטייגער.

פאלגענד איז א ציטאט פון די פארווערטס
This is the first in a Forward series by Judy Brown, author of ‘Hush.’ The essays will explore Hasidic life and her decision to leave the community.

זיי שרייבן אז זי באציהט זיך יא צום כלליות'דיגע חסידישע לעבנס שטייגער, און איר באשלוס דאס אפצולאזן.
באניצער אוואטאר
שמיטה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 296
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 14, 2012 4:57 pm
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 90 מאל

הודעהדורך elter-zeide » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 4:33 am

דער פארווערטס איז נישט פין היינט א עכט אפיקורסישער אויסגאבע, ער איז ערגער געווען ווי היינט דער אינטערנט, אלע יארן האט זי געשריבען אזעלעכע אין נאך ערגערע אין שמאציגע ארטיקלען, די שנאה איז געווען אזוי ווייט אז מיר האט א יוד אמאל געזאגט "הלוואי וואלט היטלער ענק אלע פארברענט" עפ"ל, אזא שנאה האט דער פארווערטס אריין געברעגט אין אירע ליינערס צי יודישקייט, זיי האבן אויך געהאט א ראדיא סטעשען אין גערעט כסדר כפירה אין שנאה, אין ב"ה עס האט קיינעם נישט געשאט אחוץ אפשר 2% פין דע יונגווארג, עס האט נישט געארבעט זייער אמליגע שנאה, אין אי"ה היינט וועט עס אויך נישט ארבעטן, אויך דע היינטיגע אינעווייניגע שונאם וועלען נישט אויף טאהן, ערלעכע יודן האט זייער וויי געטון זייער שרייבעכטס אין וועם עס האט נישט וויי געטון איז במילא געווען ווייט פין ערלעך, דאס זעלבע אויך היינט אזוי, י
איך בין נישט אזוי אלט ווי איך זע אויס
elter-zeide
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 307
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 12, 2012 4:33 pm
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 134 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 5:39 am

elter-zeide האט געשריבן:דער פארווערטס איז נישט פין היינט א עכט אפיקורס'ישער אויסגאבע, ער איז ערגער געווען ווי היינט דער אינטערנעט.

אזוי איז מעיד דער עלטער זיידע?
נו לאמיר הערן אביסעלע מער היסטאריע, האבן אלע עלטערן געדארפט חתמ'ענען תקנות פאר די מוסדות אז מען גייט נישט לייענען דעם פארווערטס?

איבער דעם ארטיקל, איך האב עס אדורכגעליינט, עס איז אמת און נישט אמת.
זי רעפרעזענטירט בעיסיקלי 2 עקסטרעמע חלקים פון חסיד'ישן פאלק;
1. די פרומסטע משוגעים ביי אונז וואס אויף יעדע קליייגקייט איז מען מוחה אדער מען פאר'מסר'ט,
2. די אנדערע חלק פון אזעלכע וועלכע גייען צו מאוויס וכדומה.

פון די מיטל-וועג רעדט זי נישט.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15090
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17790 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18076 מאל

הודעהדורך פשוט-קאמפליצירט » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 9:11 am

כ'האב דורכגעקוקט דעם ארטיקל. שיין געשריבן, אבער איך האב זיך און די חרדישע וועלט ווי איך קען זי נישט געטראפן.
דער אינצידענט מיט די טייטס וואלט איך באצייכנט ווי א מאדנעם קוריאז. די געשיכטע רעפלעקטירט נישט דאס מציאות. איז, ליגנט שרייבט זי נישט; איך מיין אבער אז דער טיטל איז פארפירעריש: דערווייל דערציילט זי וועגן אומגעווענליכע קוריאזן פון איר לעבן, מער ווי וועגן איר לעבן און אוועקגיין פון חרדישן לעבן.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 1:19 pm
האט שוין געלייקט: 1097 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל

הודעהדורך יידל » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 9:30 am

פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:כ'האב דורכגעקוקט דעם ארטיקל. שיין געשריבן, אבער איך האב זיך און די חרדישע וועלט ווי איך קען זי נישט געטראפן.
דער אינצידענט מיט די טייטס וואלט איך באצייכנט ווי א מאדנעם קוריאז. די געשיכטע רעפלעקטירט נישט דאס מציאות. איז, ליגנט שרייבט זי נישט; איך מיין אבער אז דער טיטל איז פארפירעריש: דערווייל דערציילט זי וועגן אומגעווענליכע קוריאזן פון איר לעבן, מער ווי וועגן איר לעבן און אוועקגיין פון חרדישן לעבן.

איך פערזענליך קען לכה"פ צוויי מענטשן וואס וואלטן געטון די זעלבע וואס דער איד אין די מעשה האט געטון. מאדנע קוריאז? יא. ליידער רעפלעקטירט עס שוין גאר גוט די מציאות. פשוט-קאמפליצירט, כ'וואלט דיך גע'עצה'ט מער צו באטראכטן די פלאקאטן וואס הענגן אויף די גאסן פון וויליאמסבורג און ציילן וויפיל פון זיי רעדן פון וויאזוי פרויענישע מלבושים דארפן אויסזען. (וואס די גיהנום איז טו פיס ניטעד דאסטערס?)
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4278 מאל

הודעהדורך DotCom » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 9:52 am

יחידים וואס טוען זאכן על דעת עצמם קענען נישט קובע זיין א מציאות אויף א גאנצער כלל, רעפלעקט די מציאות קען נאר א זאך וואס איז אפיציעל איינגעפירט מטעם די מוסדות און זייערע קהילות.
לול'ן לול'ט ווער ס'לול'ט דער לעצטער (-י.ל.)
באניצער אוואטאר
DotCom
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 631
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 11:51 pm
געפינט זיך: בין פיתום לרעמסס
האט שוין געלייקט: 447 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 725 מאל

הודעהדורך יידל » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 9:57 am

לשיטתך דאטקאמאוויטש, אז די מוסדות פארלאנגן אז מ'זאל נישט טראגן קיין אייזערענע גלעזער, רעפלעקטירט דאס די מציאות?
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4914
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2918 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4278 מאל

נעקסט

גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Majestic-12 [Bot] און 3 געסט