גדולי ישראל, ווער איז באמת א גדול? און ווער נישט?

מהנעשה והנשמע אין די היימישע גאסן און הויפן
געדענקט!
ביטע זיך פרובירן האלטן אביעקטיוו און נישט אטאקירן אנדערע מעמבערס. לופטיגע הודעות וועלן נישט טאלערירט ווערן! קליקט דא צו זען די פרינציפן פון דעם פארום.

גדולי ישראל, ווער איז באמת א גדול? און ווער נישט?

הודעהדורך ימים ידברו » מיטוואך אוגוסט 15, 2018 12:01 pm

אין די אשכול וויל איך ארומשמיסען וועגען פריערדיגע און היינטיגע גדולים, וווער איז באמת געווען א גדול, און ווער איז געווען נאר א ממשיך פון א גדול פון פריער, איז ממילא זייענדיג ממשיך, איז ער שוין געוווארען, אזוי גערופענע גדול, יעדער האט דא רעכטען לויט די פארשריפטען פון די מנהלים צוזאגען חוות דעתו הגדולה, פארשטייט זיך מיט די סטאנדארטען פון קאווע שטיבעל און צימעס, מיט א באווייז פון א קראנטע מקור! ביטע נישט אויסניצען פאר פריוואטע אגענדעס, מיין ציל איז בעיקר מסביר צו זיין אז נישט יעדע כ"ק מרן אדמור איז טאקע אזא כבוד, און אזא קדושת! , און מען זאל לייגען די אמת'דיגע טיטלען במקומם הראוי און די אזוי געריפענע כ"ק זאלן מען וויסען די אמת לאמיתו,
און בתור הקדמה, וויל איך ציטערען א ווארט פון דער בית ישראל זי"ע מגור, אז די כתב סופר זי"ע איז געווען זייער גרויס! זיין פראבלעם איז אז ער איז א זון פון די חסם סופר זי"ע עכ"ל ודפח"ח דאס מיינט אז זייענדיג א קינד פון אזא גרויסען טאטען איז ער טונקעל געווארען א קעגין די ליכטיגקייט פון זיין טאטען! אבער די זעלבער כ"ס ווען ער וואלט נישט געווען אזוי גרויס וואלט ער געדארפט פארדאנקען זיין טאטען ווייל אן זיין טאטען וואלט ער קיינמאל נישט זוכה געווען צו זיין הויכען פאסטען! גראדע די כ"ס ארבעט זיך דאס נישט גיט אויס זייענדיג א ריז בן ריז! וד"ל
ועוד חזון למועד הבא......
ימים ידברו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 491
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 09, 2017 12:37 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 206 מאל

הודעהדורך גאנצל » מיטוואך אוגוסט 15, 2018 12:30 pm

ימים ידברו האט געשריבן:אין די אשכול וויל איך ארומשמיסען וועגען פריערדיגע און היינטיגע גדולים, וווער איז באמת געווען א גדול, און ווער איז געווען נאר א ממשיך פון א גדול פון פריער, איז ממילא זייענדיג ממשיך, איז ער שוין געוווארען, אזוי גערופענע גדול, יעדער האט דא רעכטען לויט די פארשריפטען פון די מנהלים צוזאגען חוות דעתו הגדולה, פארשטייט זיך מיט די סטאנדארטען פון קאווע שטיבעל און צימעס, מיט א באווייז פון א קראנטע מקור! ביטע נישט אויסניצען פאר פריוואטע אגענדעס, מיין ציל איז בעיקר מסביר צו זיין אז נישט יעדע כ"ק מרן אדמור איז טאקע אזא כבוד, און אזא קדושת! , און מען זאל לייגען די אמת'דיגע טיטלען במקומם הראוי און די אזוי געריפענע כ"ק זאלן מען וויסען די אמת לאמיתו,
און בתור הקדמה, וויל איך ציטערען א ווארט פון דער בית ישראל זי"ע מגור, אז די כתב סופר זי"ע איז געווען זייער גרויס! זיין פראבלעם איז אז ער איז א זון פון די חסם סופר זי"ע עכ"ל ודפח"ח דאס מיינט אז זייענדיג א קינד פון אזא גרויסען טאטען איז ער טונקעל געווארען א קעגין די ליכטיגקייט פון זיין טאטען! אבער די זעלבער כ"ס ווען ער וואלט נישט געווען אזוי גרויס וואלט ער געדארפט פארדאנקען זיין טאטען ווייל אן זיין טאטען וואלט ער קיינמאל נישט זוכה געווען צו זיין הויכען פאסטען! גראדע די כ"ס ארבעט זיך דאס נישט גיט אויס זייענדיג א ריז בן ריז! וד"ל
ועוד חזון למועד הבא......


האהא :lol:

ווען האסטו שוין געשריבען עפעס אן קיין אגענדעס ?

נישטא ווער ס'זאל לאכן
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2886
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 492 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

הודעהדורך ימים ידברו » מיטוואך אוגוסט 15, 2018 2:15 pm

כבוד בת היענה בתפארתה! ווער האט דיך געבעטן ? האסט נישט וואס צו זאגען , זא שטיל ! כהאב געוויסט אז די וועסט זיך אנרופען! דיך האב איך געמיינט לייג אוועק דיינע אגענדעס און רעד פון א נושא צו די זאך, קיינער מיינט נישט דא דיינע אישויס א אינטערסאנטע שמיעס צו דער ר' ברוכל וויזניצער איז געווען ראוי צו זיין ממלא מקום פון דער צמח, [א וודאי יא] נאר למשל! האסט און דעם וואס צו זאגען, קום רעד און אדרבה! צו שטעכען מענטשען על לא עוול בכפם, איז סתם שפיכת דם, איך בין דיר גראדע מוחל ווייל הכל לפי המבייש והמתבייש, אבער דאס האב איך געמיינט......
ימים ידברו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 491
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 09, 2017 12:37 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 206 מאל

הודעהדורך אייז קריעם » מיטוואך אוגוסט 15, 2018 6:11 pm

קודם שמיעס אויס וואס פאדערט זיך צו הייסן באמת א גדול?
למשל, איך ווייס נישט אויב די האסט געהערט פון אים, אבער און בארא פארק איז דא ר' משה מנחם ווייס שליט"א גאר א חשובער דיין.
הייסט ער א גדול?
וואס טיט זיך מיט הרב בנימין אייזנבערג?
ר' אברהם שור?
די אלע זענען גדולים אין זייערע אייגענע רעכטן מיט יחוס עצמו.
One who does not see G-d everywhere does not see him anywhere
  –The Rebbe of Kotzk
אייז קריעם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 319
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 12:47 pm
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 254 מאל

Re: גדולי ישראל, ווער איז באמת א גדול? און ווער נישט?

הודעהדורך יהושע חיים » מיטוואך אוגוסט 15, 2018 7:25 pm

די ווארט אויף די כתב סופר זאגט מען אויך אויף די שיניווער רב בן הדברי חיים
יהושע חיים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 912
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 26, 2012 8:56 pm
האט שוין געלייקט: 51 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 476 מאל

הודעהדורך ימים ידברו » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2018 1:21 pm

יעדער האט א אייגענע רכעט צו זאגען פשט און גדול, לדעתי מיינט דאס א מענטש וואס איז גרעסער און יעדע זאך גרעסער און תורה עבודה וגמ"ח, נישט איינער וואס איז נאר אזוי געריפען גרויס נאר באמת גרויס, למשל ולסבר האוזן, די באבוב'ע חסידים זאגען אז מהר"ש השני איז געווען א יחיד הדור און מדות טובות, און דאכט זיך קיינער קען זיי נישט פארלייקענען, ווייטער די ממשיכי לבית באבוב קען מען נישט זאגען אז זיי זענען סעפציעל און די ענין פון מדות, זיי קענען האבען אנדערע שיינע זאכען, אבער די באבאווע שטריכען האבען זיי נישט גירשנט! זיי קענען הייסען גרויס אויב זיי זענען בתורה ועבודה, און דער ענין וואס מהרש השני האט געצויגען מענטשען וואס זענען נתפעל געווארען פון זיין איידליע גיטע באציאונג בין רבנים בין קהלות קדושות בין אנשים פרטים איז נישטא ביי ביידע! אדרבה אויב איינער קען ארויסברענגען אז פארט זענען זיי מורם מעם איז גיט וואס גראדע ווייס איך נישט ביידע מיט וואס זיי זענען מער ווי אנדערע הונדעטרע באבובע אידען אבער דאס איז זיכער מהר"ש השני איז געווען יוניק, און רבי נפתלטשע איז אויכעט געווען יוניק בענינו, נישט דער טאטע אויף אנדערע מהלך לויט זיין תכינת הנפש,
ימים ידברו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 491
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 09, 2017 12:37 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 206 מאל

הודעהדורך א-שופר-איז-א-שופר » דינסטאג אקטאבער 30, 2018 2:38 pm

די ערשטע און וויכטיגסטע זאך איז און מוז זיין אויב ער וויל ווער'ן א רבי
אויב ער וויל אזוי ווער'ן א רבי אז ער איז גרייט צו טוהן וואס אמר מעגלים צו ווער'ן רבי.

אריינגערעכענט מוציא שם רע, לשון הרע, רכילות, מבייש זיין מענטשען ברבים, שיקען בחורים שלאגען, גנב'נן ארוסווארפען די ברודער וכ'ו וכ'ו

בעיסיקלי, איעדע רבי היינט
עס איז אסאך בעסער צו האבען א שטארקער ארץ ישראל וואס די גאנצע וועלט האט פיינט...
ווי אן אוישוויץ וואס דער גאנצע וועלט האט ליעב...
באניצער אוואטאר
א-שופר-איז-א-שופר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 145
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 08, 2017 4:26 pm
האט שוין געלייקט: 182 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 107 מאל


גיי צוריק צימעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 0 געסט