שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 19793
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 24945 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15087 מאל
- קאנטאקט:
מאמר קדישין האט געשריבן:איך האב געשריבען א שיינע פאר מאמרים אויף דער געזעלשאפט און אינטרעסאנטע זאכען. וראה זה פלא, קיין שום צייטונג ווילען זיי נישט אננעמען.
האב איך מחליט געווען אז איך גיי זיך שוין נישט צענזארירען פאר די קאפריסען פון מענטשען וואס גייען מיר סייווי נישט אננעמען, און איך וועל ארויף לייגען מיין מאמרים אויף קאוועשטיבעל, ווי מ'איז שוין גרייט צו הערען אן אויסוואל פון דעות.
איך האף אז מיין טאלאנטען וועלען זיך אנטוויקלען און איך וועל עפעס צולייגען צום שמועס.
איך פלאן נישט צו רעאגירען צו די שמועסעריי דא, ווייל איך וויל נישט אריין פאלען אין וויכוחי סרק. איך בין דא בעיקר ארויפצולייגען מיין מאמרים, און איך האף זיך צו האלטען דערצו. ביטע מיר מאנען פאר דעם.
אונז. לכה"פ איך. ווארטן שוין בכליון עיניים פאר דיינע (האפנטליך) זיסע מאמרים און באלערנדע ארטיקלען. אכיה"ר. במהרה בימנו. אמן סלה...!
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 2
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 02, 2018 12:24 pm
א גיטן איך בין א היימישע יוד וואס וויל אביסל פארברענגען אין וויאזוי אויך העלפען אנדערע דא אינעם קאווע שטיבל. איך קען זיך אביסל אויס אין קאמפיוטרס ווי אויך האב איך ליב פסיכילוגיע. איך שפיר אז די קאווע שטיבל איז א גוטע פלאץ צי פארברענגן אין צי שמיעס'ן אן צי ווערן קריטיקירט. אויך וויל איך קענען דא אין קאווע שטיבל באקומען גוטע טיפס אויף די נושא פין קומפיוטרס אין טעכנעלאגיע. גראדע די נושא פין שירה וזמרה איז מיך אויכעט אינטערעסאנט.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 36
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2018 4:11 am
- האט שוין געלייקט: 252 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 38 מאל
איך ווייס וועגען קאווע שטיבל שוין אסאך יאר, אבער איך האב מיך נישט געדרייט דא אסאך. לעצטענס איז פעיסבוק טויט, און עס זעהט מיר אויס אז דא איז נאך דא מיט וועם צו רעדן.
איך אליינס בין א (געוועזענם) חשוב'ע יונגערמאן, אבער איך בין שוין פאר'סם'ט פונם עץ הדעת היפט א פאר יאר. א ווארעמע חסיד וועל איך אייביג זיין, און די מצב פון די חסידישע געמיינדע בארירט מיר זייער שטארק. איך האלט אז אזעלכע ווי אונז וואס ווייסען שוין אז מיר מעגען און דארפען טראכטן פאר זיך האבן א חוב קדוש צו מחזק זיין אזעלכע ווינקלעך ווי קאווע שטיבל, וואס וועט בעזר האוואיע ב"ה זיין די קערעלך פון דעם קומענדיגן רעוואלוציע.

- הודעות: 1
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 3:27 am
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 1
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 2:21 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל
א כולל דארף זיין פאר אינגערמאן א וועיטינג רום פאר זיין ארבעט.
גיין ארבעטן גלייך פין שבע ברכות ארויס האלט איך איז נישט כדי, ווייל מקען זיך נישט אפגעבען געניג מיט די שלום בית
ווען מארבעט האט האט מען גאר אסאך פרעשער אויפצשטיין פרי מקען נישט פארברענגען ביינאכט געהעריג ווייל מעדארף זיין אויסגעריט וכו וכו
אין ווי אויך א אינגערמאן וואס קימט פין א צווייטע פלאץ לאמיר זאגען די אינגערמאן האט געוואוינט אין מאנסי אלץ בחור אין ער האט חתונה אין בארא פארק, איז כולל די בעסטע פלאץ צי טרעפען אין זיך באקוועם מאכן אין זיין נייע ישוב.
סך הכל. א כולל איז געמאכט פאר מערסטענס א יאר
סיי זיך היימיש מאכן אין דיין נייע קאמיאנעטי אין סיי צי טרעפען א זשאב

- הודעות: 5
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 9:34 am
- האט שוין געלייקט: 3 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל
יארן צוריק פלעג איך זיין זיין אקטיוו דא אלס א גאסט, איך האב אסאך ידיעות קונה געווען דא וואס האט מיר געהאלפען שטייגען ברוחניות ובגשמיות. כהאב גרויס הכרת הטוב פאר אלע וואס שרייבען לזכות את הרבים. לעצטענס האב איך צום ערשטען מאל געשריבן אן ארטיקל אין וואס איז ערשינען אינעם זומער וועקער 13 ״מאמע אייאוואסקא״ היות כהאב געזעהן א טייל זענען אינטרעסירט צו הערן מער האב איך געעפענט א ניק צו ענטפערען תשובות און מיטטיילען פאר די וואס ווילען הערן מער.
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 4
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 17, 2018 10:45 am
- האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל
איך בין אן אויסזעהנדע "טיפיקעל" חסידי'שע יונגערמאן מיט א השקפה ישרה (לדעתי) סיי אויף יהדות אין אויך אויף די דרויסנדיגע וועלט. מיינע וועגווייזערס פין וועם איך ביך שואב דברי אלקים חיים זענען הרה"ג ר' אביגדור מילער זצ"ל אין די צוויי גרעסטע ראשונים בדרך הפלסופיה, רבינו משה בר מיימון (רמב"ם) אין רבינו לוי בר גרשום (רמב"ם)
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 1
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 17, 2018 2:45 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל
איך בין אבחור'ל פון א באקאנטער חסידות וויז'ניץ אין מיט שטארק רעספעקט פאר אללע גדולי ישראל ווי בראויפט דער דריי איידימער פון די הייליגער רבי זי''ע וואס איזה בעלזא סקוויער אין סאקמער אין בראויפט דער בעלזער שוין איך בין האלו פיר אין צוואנציג יאהר אין איך בין א שטארקער נייגעריגער בין איך האנגעקימען אהער צו נאשין אין ליינען איבער אללע גדולי ישראל בדורינו אין אללע גדולי ישראל בדורות הקודמים אויך וויל איך ליינען עניינים וועליכער ווערן נישט פארציילט סתם אזוי ווי למשל פוליטיקס צווישן גדולי ישראל ווי צאנז אין רוזין אין ווי למשל בעלזא אין באבוב אדער בעלזא אין מאנקאטש א. א. וו. אויך איז מיר זייער נייגעריג צו ליינען ווי אזוי איז אימגעקימען דער טאטע פון דער בעלזער דער ר' מרדכי פון בילגרייא אויף קידוש ה' דארך בני עוולה אין איך וויל זאפארט וויסן דו גאנצער היסטוריה ארים דעים
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 5
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 14, 2018 4:07 pm
- האט שוין געלייקט: 1 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל
א גוטן,
איך בין א היימיש חסיד'ישע ווייבל, קלוג, טאלאנטפול, מיט אסאך ענערגיע און זייער א שטארקע רצון צו knowledge וואס די הימל איז די עק. איך ליין שוין קאווע שטיבל פאר זייער לאנג אבער קיינמאל נישט גענומען די מיה צו ווערן א טייל פון די שמועסן. איך בין א שרייבערין אין א popular אידישע אויסגאבע און אידיש שרייבן איז פון מיינע געשמאק און גרינגע זאכן. כ'בין נישט זיכער וויאזוי די מענטשן דא וועלן אויפנעמען מיין שרייבן און איך ווייס נישט אויב איך בין welcome צוליב די פאקט אז רוב עולם איז מענער דא. איך האף זיך צו האלטן מיט צניעות און איידלקייט און נאר שרייבן זאכן מיט תוכן, מחשבה, און זאכן וואס קענען זיין לתועלת. איך בין אייביג גרייט צו הערן און ready to discuss אין אסאך פעלדער, לויט וויפיל מיין באגרעניצטע צייט וועט לאזן.

- הודעות: 378
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:17 am
- האט שוין געלייקט: 298 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1512 מאל
Wow שוין לאנג נישט באזוכט דעם אשכול. אידן וואו זענט עטץ? פון די אלע שיינע תגובות דא זעט אויס ווי עס שרייבן זיך דא כסדר איין טאלאנטפולע מענטשן, איז א ווייטאג אז עס בלייבט ביי איין תגובה. מיט די אלע נייע מענטשן אליין וואלטן מיר געקענט האבן דא געשמאקע פארברענגענס. אידן, נעמט אייך שרייבן. ווען עמיצער שרייבט עפעס אינטערעסאנט וועט איר זען אז דער עולם איז דא.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2265
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
- געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
- האט שוין געלייקט: 1049 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1379 מאל
אשת חיל האט געשריבן:א גוטן,
איך בין א היימיש חסיד'ישע ווייבל, קלוג, טאלאנטפול, מיט אסאך ענערגיע און זייער א שטארקע רצון צו knowledge וואס די הימל איז די עק. איך ליין שוין קאווע שטיבל פאר זייער לאנג אבער קיינמאל נישט גענומען די מיה צו ווערן א טייל פון די שמועסן. איך בין א שרייבערין אין א popular אידישע אויסגאבע און אידיש שרייבן איז פון מיינע געשמאק און גרינגע זאכן. כ'בין נישט זיכער וויאזוי די מענטשן דא וועלן אויפנעמען מיין שרייבן און איך ווייס נישט אויב איך בין welcome צוליב די פאקט אז רוב עולם איז מענער דא. איך האף זיך צו האלטן מיט צניעות און איידלקייט און נאר שרייבן זאכן מיט תוכן, מחשבה, און זאכן וואס קענען זיין לתועלת. איך בין אייביג גרייט צו הערן און ready to discuss אין אסאך פעלדער, לויט וויפיל מיין באגרעניצטע צייט וועט לאזן.
טאלאנטפול זע איך, אבער וויאזוי מעסט איר אייער קלוגשאפט? איך וויל שוין לאנג מעסטן מיינס.
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 5
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 14, 2018 4:07 pm
- האט שוין געלייקט: 1 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל
טראכט קלוג וועסטו זיין קלוג!
sorry כ'האב נישט געמיינט צו זאגן חכמה ווי שלמה המלך. די געדאנק פון 'חכמה' אין טאג טעגליכע לעבן מיינט ווען א מענטש נוצט שכל און פארשטאנד, אדורכגעטראכט פאר מ'טוט א זאך, זי טראכט גוט און פארשטייט גוט, אפילו מ'איז נישט די קלוגסטע מענטש אויפן וועלט, אבער מ'קען זיך זייער שנעל זעהן און אפמעסטן לויט די מענטשן ארום זיך וואס טראכטן נישט בכלל, אדער טראכטן נישט גוט

- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1065
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
- האט שוין געלייקט: 670 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 904 מאל
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
אשת חיל האט געשריבן:כ'בין נישט זיכער וויאזוי די מענטשן דא וועלן אויפנעמען מיין שרייבן און איך ווייס נישט אויב איך בין welcome צוליב די פאקט אז רוב עולם איז מענער דא. איך האף זיך צו האלטן מיט צניעות און איידלקייט און נאר שרייבן זאכן מיט תוכן, מחשבה, און זאכן וואס קענען זיין לתועלת.
אדרבה ואדרבה, דו ביסט זייער וועלקאם. איך קען נישט רעדן פאר יעדן, איך מיין אבער אז א גרויס חלק וועט דיר שיין אויפנעמען. איך האלט אז מען דארף דא האבן נאך פונעם אנדערן ג'ענדער, עס געט פיל צו, ספעציעל ביי געוויסע נושאים.
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5359 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6494 מאל
נישטא וואס זיך צו זארגן וועגן זיין וועלקאם (א גרויסער עולם וועט סייווי זיין איבערגעצייגט אז דו ביזט א מאן), דו וועסט זיך נאר דארפן ספראווען מיט די קאפ-פארדרייערס וואס וועלן אלץ זיכער מאכן אז דו ווייסט אז זיי האלטן אז דו ביזט א מאן.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
- יהודי פשוט
- ידיד ותיק
- הודעות: 703
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:00 pm
- האט שוין געלייקט: 461 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 488 מאל
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
אויב קענסטו זיך אביסל אויס אין היימישע סאשיעל מידיע דארפסטו וויסן אז ביים היימישן עולם גאר א גרויסע חלק פון אזוי גערופענע פרויען זענען באמת מענער וואס ווילן אויסנוצן די אינדענטיטעט פון א פרוי פאר געוויסע צוועקן (נישט דוקא אומ-איידעלע), און דאס איז די סיבה פארוואס מענטשן זענען באלד חושד אן אזוי גערופענע פרוי צו זיין פאלש.רביה''ק זי''ע האט געשריבן:נישטא וואס זיך צו זארגן וועגן זיין וועלקאם (א גרויסער עולם וועט סייווי זיין איבערגעצייגט אז דו ביזט א מאן), דו וועסט זיך נאר דארפן ספראווען מיט די קאפ-פארדרייערס וואס וועלן אלץ זיכער מאכן אז דו ווייסט אז זיי האלטן אז דו ביזט א מאן.
איך מיין נישט אשת חיל ווייל איך שפרונג נישט אזוי שנעל צו מסקנות, אבער דאס אז יענער אינדעטעפעצירט זיך ווי א פרוי מוז נאך נישט מיינען אז ס'איז אמת
איך בין א נער און איך גלייב!!!