שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

מאכט אייך היימיש און באקוועם...
רעאגיר
מאיר טאקאיער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 24, 2018 5:16 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל

שליחה דורך מאיר טאקאיער »

איך בין א יונגער מאן וואס האט ליב אויפנקייט און וויל מיטהאלטען שמועסן אויף קאווע שטיבל, איך בין נישט אונגאנצן איינשטימינג מיט אונזער סוסייעטי, און איך פיל אז איך באלאנג צו זיין א מעמבר פון קאווע שטיבל, איך בין זייער דאנקבאר פאר ענק פארן צושטעלן אזא שיינע וועבזייטל יישר כוח
עת לבנות
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 29, 2018 1:24 am
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

שליחה דורך עת לבנות »

איך וויל פרובירן ארויפצוברענגען וויכטעגע טעמאס וועגען עלטערע בחורים אין רעדען וועגן דעם כדי צו ברענגין א אויפמערקזאם צווישן דעם עולם איך האלט אז מרעדט נישט אסאך וועגען דעם טאקע ווייל עס איז זייער א ווייטאגליכע נושא ווי מער מ'גייט רעדן וועגן דעם אלץ מער וועט עס גרינגער מאכן
dovb
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 3
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 29, 2018 5:34 am

שליחה דורך dovb »

I joined so that I can read about what is happening in the "yiddish" world. I enjoy reading the forums. It is of great interest to me. IWhen reading the opinions of individuals I get a better idea of what is happening in the yiddish world.
אנדרייער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 16
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 3:58 am
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

שליחה דורך אנדרייער »

איך גלייך צו לאזן הערן מיין אפיניאן אדער מיינונג און שמועסן ווען עס פעלט אויס אין סתם לאזן ווען פאקטן ווען איך ווייס אדער פארעכטען פאקטן , איך האב שוין געהאט אמאל א ניק אבער עס פארגעסן
דער שטייטער הערש
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 1:00 am
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל

שליחה דורך דער שטייטער הערש »

שוין א לענגערע צייט וואס כ'האב הנאה פון קאווע שטיבל, פון אירע שיינע שרייבערס, פון די וועקער, און איצטערט פון נארוואס ארויסגעקומענער ספר "ותינוק ללמדו ספר" פונעם לעגענדארישער שרייבער קטלא קניא.
מערערע מאל וואס כ'האב געוואלט קאמענטירן, אדער אפילו באווארפן דעם עולם מיט לייקס, אבער אזוי ווי איך בין נישט דער בעסטער שרייבער, און מ'מוז זיך איינשרייבן, און נאך צולייגן פערציג ווערטער, וואס כ'פארשטיי נישט וואס עפעס פערציג?? פארוואס נישט זעקס און דרייסיג, צוויי מאל חי, אדער כמנין עפעס א שם, אדער אפשר גאר בן וכדומה. פערציג איז לעצטענס געווארן די נומ' וואס די פרויען מיט די קליינע מוחות האבן אינוואדירט, ווי פערציג זאגן שיר השירים און באקן פערציג חלות, פאר פערציג טאג נאכאנאנד און צינדן פערציג לעכט פאר פערציג טאג פאר פערציג יארצייטן, גענוג שוין מיט די פערציג משוגעת! דא אין שטיבל איז מען אויך מיטגעכאפט געווארן מיט די פערציג ווינטען?? פון בן ארבעים לבינה איז עס געווארן ארבעים לטפשות. האב איך שוין געשריבן פערציג ווערטער??
אברעימל הגראפיקאי
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 9:30 am

שליחה דורך אברעימל הגראפיקאי »

איך בין א גראפיק דיזיינער מיט א גוטע פליסיגער גוטן אידיש ווי אויך א שפרודלדיגער גוי'איש אין זיצנדיג דורך'ן טאג ביים ברעטל איז געשאפן געווארן גאר אסאך ליידיג צייט צו ליינען בלאגס אין דברים העומדים על הפרק... אין מיט'ן עסן קומט ס'אפעטיט זעהנדיג אזאכע אינהאלסטרייכע אשכולות'ער זעמער געווארן אביסל ציגעצויגן איבערצולאזן ביין מיינונג.
שעפ לעפל
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 11:31 pm

שליחה דורך שעפ לעפל »

שעפן פון קוואל און אפשר מוסיף זיין. חוץ מזה וויל איך בלייבן אנאנים. ביטע פארשטיין און פרעגט נישט מער. כבין סתם א פשוטער איד מיט קליינע השגות.

אשרי יושבי ביתך עוד יהללוך סלה. וואס ערווארט מען דא?
ונתנהתוקף
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 37
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 8:27 am
האט שוין באקומען לייקס: 17 מאל

שליחה דורך ונתנהתוקף »

איך בין א נייגעריגער מענטש, און האט ליב אריינצורעדן אין יעדעס נושא.

אין די פיזיקאלע קאווע שטיבל איז נישט שיין אייביג זיך אריין צו מישן אין יענעמס קאווע, אבער דא, איז עס דאך סאציאל אנגענומען פאר א נארמאלער זאך, אז ווען צוויי מענטשען האבן א טיפע דיסקוסיע, מעג א דריטער זיך אנרופען!!! איז עס דאך א תיקון גדול.

ישר כח.
עס געפעלט אייך נישט? איר קענט מיר רופען צו ונתנה תוקף!
אגרות צפון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 72
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2018 3:16 am
האט שוין געלייקט: 384 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 45 מאל

שליחה דורך אגרות צפון »

שלום עליכם! איך ליין שוין א שטיק צייט קאווע שטיבל און איך האב זייער הנאה אז עס איז נאך דא עפעס חכמה אויך די וועלט איך האב מיר געוואלט שוין פון לאנג איינשרייבן נאר היות איך האב נישט קיין צייט האב איך עס אלץ אפגעשטופט יעצט האב איך געזען איינער האט געפענט א אשכול וועגן די סדר פון זאגן פיוטים האב איך זיך נישט געקענט צוריק האלטן.
ווערעמל
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 3
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 12:05 am

שליחה דורך ווערעמל »

כאב שוין געהאט אויסגעפילט די גאנצע פארום און כאב בטעות געדריקט ״ליידיג אויס דעם פארעם״.... און וואס איז געשטאנען די ערשטע מאל וויל איך נישט איבערשרייבן.
וויפיל נאך ווערטער דאף מען דא שרייבן אז סזאל אריבער גיין.
פרישע נייעס
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 18
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 6:56 am
האט שוין געלייקט: 33 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל

שליחה דורך פרישע נייעס »

א גיטען צו אלע קאווע שטיבל מעמבערס איך האב איין טאג געזיכט
אויף גוגל פאר עפעס א ארטיקל למעשה איז ארויף א צווייטע ארטיקל אין איך האב עס געפענט אין איך זעי עס איז פין קאווע שטיבל אין איך האב עס געליינט אין די רעסט איז היסטאריע איך שליז זיך אן
באניצער אוואטאר
קום אריין קלאר
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 4
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 25, 2018 7:51 pm
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל

שליחה דורך קום אריין קלאר »

דא איז דא אלע גוטע זאכן

איך בין א סאטמערער

סיקריק

אנטי ציוני

וואס נאך???????????

בקיצור איך מוז דאך אנפולן די קעסטל, איז מיין בעסטער רעדנער וואס איך האב ליב איז יצחק קלאר, אברהם מרדכי מלאך

מיין בעסטע קליפס איז פון מלך זלברשלג, אדער אברהם חיים גרין, אדער אידיש נחת, מיין בעסטע קליפ איז ''עד מתי'' פון אברהם חייים גרין
יששכר כץ
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 28
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 8:45 pm
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

שליחה דורך יששכר כץ »

איך האב שוין פארציילט וועגען מיר אינעם פארווערטס, וועקער אין אויף סאשעל מידיא. איך גלייב נישט אז איך האב וואס מוסיף צו זיין, מער פון וואס איך האב שוין געזאגט. כל המוסיף גורע.
אהבה
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2018 6:19 pm
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

שליחה דורך אהבה »

א גוטן מועד!
I recently discovered the Veker and had the privilege of reading it for the first time this Yom Tov, which prompted me to explore and join the Kave Shtiebel.
דבֿורה קאָסמאַן
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 02, 2018 2:34 am
האט שוין באקומען לייקס: 9 מאל

שליחה דורך דבֿורה קאָסמאַן »

פֿֿאַך: ייִדיש-לערערין
שטעלע: אינספּעקטאָרין אין דערציִונג-מיניסטעריע - ישׂראל
הויפּט-אינטערעסן: ייִדיש, פּעדאַדאָגיע, אויסשולן ייִדיש-לערערס, חסידות, פֿאָלקלאָר, געשיכטע, מחשבה
ערליכע בחור
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 4
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 3:22 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

שליחה דורך ערליכע בחור »

א בחור וואס האט אמאל געלערענט און סאטמאר ישיבה, ארבעט מיט גוגל עדס, פעיסבוק עדס, און לעצטענס אנגעהויבן סנעפ עדס,
פאר איקאמערס ברענדס.
באלאנג נישט צו קיין שום חסידית
נחום האלפנטיני
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 4
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 5:59 am
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל

שליחה דורך נחום האלפנטיני »

איך בין שטארק מחשיב די געדאנק אז אידן אין די דיאספורה האבן א פארזאמלונג צו שערן ידיעות און זיך אינאיינעם מחזק זיין. מאז היתה ישראל לגוי איז וויכטיג געווען אז עס זאל שטענדיג פארבלייבן א באזע אין די גולה וועלכע זאל פארזיכערן א מיינונגס פארשידנהייט אין דעות און קענען טשאלענדזשען די טאן שטעלער אין אונזער היים-לאנד.

איך האף צוצוגעבן צו די קאליר פון דער אנליין קהילה און צו די ווערייעטי פון קולות אין די אידישע מסורה.
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5465
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 13057 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7140 מאל

שליחה דורך מי אני »

איך בין אויפגעהאדעוועט געווארן דא און בין א פראדוקט פון די מוסדות (אא"ו, א פראדוקט פון די "סיסטעם" אזוי ווי מ'רופט עס...). בעצם האלט איך מיך "נישט" פאר א חכם, אבער איך שעץ חכמה, וויסנשאפט, פילאזאפיע וכו' און איך רעספעקטיר מיינונגען אין די נושאים (עכ"פ בנוגע פילאזאפיע אין השקפה) אפילו ווען עס איז נישט איינשטימיג מיט מיינע פערזענליכע שיטות און מיינונגען (עכ"פ אזוי האף איך...). דאס איז די סיבה פארוואס איך וויל ווערן א מעמבער דא. איך האב געליינט, אלס גאסט, עטליכע אשכולות דא אויף דעם סייט און איך בין נתפעל געווארן און האב שטארק הנאה געהאט פון די אינטעליגאנטע און אינטעלעקטואלע דיסקוסיעס און תגובות.
פארשטייט זיך אז איך קויף דער וועקער אויסגאבע.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
צפור בודד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 472
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:32 am
האט שוין געלייקט: 295 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 573 מאל

שליחה דורך צפור בודד »

ווייל איך האב ליב צו פארברענגען. דא איז היימיש און אפן, מסורה'דיג אבער בבחינת רוח צפונית שהעולם פתוחה. דא איז אויך דא א פארקער פון יונגע און אלטע אין יארן, ותיקים וחדשים אינעם שטיבל און פון זיי זענען דא פיל חכמים ונבונים ווואס ס'יז כדאי זיי אויסצוהערן. ממילא איז פיין זיך צו באקענטיגן מיט דער אמת'ער פני פון אונזער דור.
באניצער אוואטאר
אהרן הכהן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 67
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 14, 2018 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל

שליחה דורך אהרן הכהן »

איך הייס אהרן הכהן.
דאס איז ווארשיינלעך נאך מיין אור עלטער זיידע אהרן הכהן אליינס.
מיין שאיפה איז צו גיין אין זיינע דרכים און זיין אן אוהב שלום ורודף שלום, צו מרבה זיין שלום צווישן אידן ווי אימער.
איך האב אסאך פלענער ווי אזוי צו שטופן מיין אגענדע פאראויס, איך האף אז קאווע שטיבל וועט זיין די ריכטיגע פלאץ ווי איך קען אויסלופטערן מיינע געדאנקן.

א דאנק אייך אלע.
אנליין:
אמעריקא: https://www.amazon.com/dp/1673737560 | קאנאדע: https://www.amazon.ca/dp/1673737560 | ענגלאנד: https://www.amazon.co.uk/dp/1673737560
סטארס:
ב.פ. - אייכלערס, ביגלאייזן | וומבס"ג - מאורות | מאנסי - מרכז | מאנטריאל - פרדס | אנטווערפען - מרכז | לאנדאן - בראונ'ס
אדמור מקרייניץ זצל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 127
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 17, 2018 8:30 am
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 99 מאל

שליחה דורך אדמור מקרייניץ זצל »

איך בין א כולל יונגערמאן וואס האט נישט געטראפן קיין חברותא זיץ איך אפ אין די כשרע איטערנעט סערוויס וואס איז ציגעשטעלט דא.
למעשהזיץ איך שוין א לאנגע צייט אויף קאווע שטיבל שוין פין מיינע בחורשע יארן טבער יעצט האב איך מחליט געוועהן אז די צייט איז אנגעקומען איך זאל מיך קענען אביסל ארויסברענגען
איך האף איר וועט הנאה האבן פין מיר!!!
נתן אייזיקסאן
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 2
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 10:04 am
קאנטאקט:

שליחה דורך נתן אייזיקסאן »

אלע גוטע ליינס זענען שוין אויסגעניצט, אבער איך וועל צולייגן פרישע. וואס איז פשט פון די 40 ווערטער אדער 160 אותיות? ווער דארף דאס? עכ"פ, איך האב נאר דאס, טעיק איט אר ליעוו איט...
אהוב את האמת
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 37
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 27, 2018 9:29 pm
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל

שליחה דורך אהוב את האמת »

איך בין א יונגע יונגערמאן, קיין שרייבער בין איך נישט, אבער נייגעריג בין איך זייער. ממילא דרייעך מיר דא כסדר, האב איך באשלאסן טא פארוואס זיך נישט איינשרייבן. איך האב פיינט די society בתכלית השנאה און ליב דעם אמת בתכלית האהבה.(יא די צוויי זענען דבר בהפיכו).
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אהוב את האמת, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
רעאגיר