טעראר האט געזיגט

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

טעראר האט געזיגט

הודעהדורך רימון » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 4:37 pm

מיט ווייטאג נעמט כלל ישראל אויף די נייעס אז דער שפיל "דער פארמעסט" וואס האט געזאלט פארקומען דעם קומענדיגן חול המועד איז ליידער אפגערופן געווארן נאך פרעשור און טעראר פון די שומרי משמרתה של תורה (סיקריקים\רע-בנים\עשקנים) וועלכע האבן זיך צוזאמגענומען בעצה אחד נעכטן אין וויליאמסבורג וויאזוי צו פארזיכערן אז דער אבן נגף אין פארעם פון א פארמעסט זאל נישט אריינקומען בבתי בני ישראל.
א פלעי איז שוין דא א לאנגיעריגע מסורה נאך מימות יהושע בן נון אז דאס איז כשר וישר, אבער א פארמעסט? הס מלהזכיר.
לויט ווי מ'הערט זענען די ארגאניזירער ארויס מיט א שאדן פון הונדערט טויזנט דאלאר אין אידיש געלט און ס'איז נישטא ווער ס'זאל זיך אננעמען פאר זייער פארגעסן בלוט.
ס'איז זיכער אז אלע וואס האבן געהאט א טייל דערין צו היטן אויפ'ן דור פון חלילה וחס פארברענגען צווישן היימישע מענטשן חול המועד נאר פארזיכערן אז אונזערע קינדער זאלן זיך דרייען איבער חול המועד נאר אין די פארקס און אטראקציע ערטער ווי גוים און גויטעס דרייען זיך האלב נאקעט און זענען עוסק בחיבוקים ומשמושים מיט די געמיינסטע פריצות, ניבול פה און קלות ראש פארנט פון די אויגן פון אונזערע הייליגע קינדערלעך, וועלן זיכער געהאלפן ווערן מיט א שנת גאולה וישועה און דער זכות וועט זיי ביישטיין מיד ולדורות.
רימון
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 218
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 8:12 pm
האט שוין געלייקט: 1020 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 536 מאל

הודעהדורך סקרן » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 4:47 pm

.
בייגעלייגטע פיילס
Screenshot_20180904-164201_WhatsApp.jpg
באניצער אוואטאר
סקרן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1034
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 20, 2016 12:22 pm
געפינט זיך: הלואי ווען איך וואלט געוויסט!
האט שוין געלייקט: 255 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 605 מאל

הודעהדורך קורקלענד » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 4:57 pm

מושי י. און יענקי ס. האבן זיך געזאלט אדורך רעדן מיט די רעבּאָנים איידער זיי האבן עס אנאנסירט. ווען זיי צאָלן ווען איין באצייטענס וואלטן די רעבּאָנים זייער פיין פארשטאנען די נחיצות פון היימישע אטראקציעס...... לאו כל כמיניה.... ס'נישט קיין הפקירות, מ'קען נישט אליין מאכן געלט, מ'דארף שעירן מיט די רעבּאָנים אויעך.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1617
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 1528 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 881 מאל

הודעהדורך אישתישבי » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 5:06 pm

פאר אלע וואס האבן נישט וואס צו טוהן חול המועד, מען קען באצאלן פאר נעטפליקס, און די גאנצע משפחה קען וואטשען צוזאמען פיל בעסערע פלעיס.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
אישתישבי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1270
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל

הודעהדורך מיימון » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 6:09 pm

וואס האט דאס געדארפט זיין, און פארוואס האט מען עס גע'אסר'ט? מיט וואס איז עס אנדערש פון אלע פלעיס?
מיימון
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 252
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:17 am
האט שוין געלייקט: 115 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל

הודעהדורך נעגעל וואסער » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 6:11 pm

חסידים גאט טאלאנט.
נעגעל וואסער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 546
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:44 pm
האט שוין געלייקט: 1372 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

הודעהדורך חתם סופר » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 6:19 pm

די אמת איז, די אלע גרויסע רבנים לעבן אין א באקס, אזויווי איינע פון זיי האבן זיך טאקע אויסגעדריקט פארגאנגענע שבת ביי שאלעשידעס אז ער וויל בלייבן אינעם באקס.

זיי פארן מיט די נייעסטע מאדעלן קארן, באגלייט מיט א עסקאורט אחור וקדם, מ'קושט זיי, מ'לויבט זיי, זיי קומען אראפ עסן קוגל און קעיק ביי שמחות און מ'ווישט זיי אריין עטליכע מאות בצנעה, שטייען לאנגע רייעס פון הייסע אנהעגער ביי זייערע טירן לברך ולהתברך, ביי יעדע אסיפה, דינערס און טישן רימט מען זיי מיט די טיטלען וואס זיי וועלן קיינמטל גרייכן, פארוואס זאלן זיי נישט טראכטן אז זיי זענען יוזל זעלבסט?

קומען אריין עטליכע באבערדלטע זעלבסט האסענדע אידן, און אונטערן שלייער פון קנאות העצן זיי אונטער זייער רב/רבי וואס איז טאטאל "אוט אף טאטש" מיט זייער אייגענע געמיינדע, אז די שפיל פארשטעלונגען פון איינצעלע יחידים לייגן דאס יהדות החרדית אויפן שוועל פון גייסטישע באנקראט, און אז די גאנצע קהילה קוקט ארויס מיט לעכצענדע אויגן אז זייער רשכבה"ג זאל אויפהייבן דעם מי לד' אלי פאן, און ארויסגיין בחרב וחנית אקעגן די שרעקליכע מרידה, פארוואס זאל ער נישט טוהן וואס מ'הייסט אים?

ער זיצט אינעם הונדערט טויזנט דאלארדיגן ספרים שטוב ביים מעהאגעני טיש, וואו דער הויז בחור האט אים אונטערגעשטופט דאס שטוהל ווייל ער איז דאך א אינוואליד, און קאלעקט טויזענטערס אין רויטל געלט, צו ווייסט ער דען אז אין די זעלבע צייט ארבייטן טויזענטער אינגעלייט מיט שווייס און בלוט צו ברענגן ברויט אין שטוב?

צו ווייסט ער דען אז טויזענטער טאטעס און מאמעס פרייען זיך ווען זיי זעהן אז זיי וועלן האבן וואו צו שיקן זייערע קינדער דעם חול המועד פארברענגן אויף א אויסגעהאלטענעם וועג?

ער ווייסט נאר פון זיינע טישן, שמחת בית השואבה אדער זיינע הקפות וואו ס'וועט זיין צעהן שטאקיגע פארענטשעס, און אלע וועלן קומען זעהן זיין גדלות וויאזוי ער עסט פיש און וויאזוי ער שאקלט א גרעסערע לולב פון יעדן.

די רבנים זענען נעבעך גארנישט שולדיג, זיי האבן דעם דין וואו א תינוק שנשבה.

Cp
באניצער אוואטאר
חתם סופר
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 492
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 17, 2013 11:43 pm
האט שוין געלייקט: 390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 508 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 6:55 pm

און דער אמת איז אז טעראר האט נישט געזיגט, נאר עס האט געגעבן דעם תירוץ פאר די ארגאניזירער ארויסצוציען פון דעם אומגעלונגענעם פארמעסט וואס האט נישט געצויגן קיין מאסן... קיינער האט זיך נאכנישט געבראכן פאר טעראר פונקט זיי?! זיי האבן ממילא געהאלטן ביים אויפגעבן נאכן זען אז דער גאנצער שפיל טויג נישט.

C/P
איסר האטלקי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1408
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 1:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 744 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 850 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 7:01 pm

נעגעל וואסער האט געשריבן:חסידים גאט טאלאנט.

אבער דער חסיד'ישער מוזיק פארמעסט וואס דער מאמענט האט באשריבן דעם פארגאנגענעם ווינטער. דאס איז יא געווען כשר וישר. ווייל מ'האט געגעבן באקשיש אויף די ריכטיגע פלעצער...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12288
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 11:57 am
האט שוין געלייקט: 13670 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7834 מאל

הודעהדורך איך אויך » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 7:07 pm

Why are you breaking the c/p chain?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5501
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 2:27 pm
האט שוין געלייקט: 7312 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2479 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 7:12 pm

מיימון האט געשריבן:וואס האט דאס געדארפט זיין, און פארוואס האט מען עס גע'אסר'ט? מיט וואס איז עס אנדערש פון אלע פלעיס?

לויט ווי איך פארשטיי איז אזוי. אז מסארפרעסד ציקוועטשט א מענטש פאר צוואצינג יאר, דו יארן וואס א מענטש דיוועלעפד זיינע טאלאנטן, מפראבירט מיט אלע כוחת אז דער מענטש זאל נישט דיסקאווערן זיינע טאלאנטן, מאכט זוך איינס פון טויזענט וואס ס'געלאנגט נישט, ער ווייסט יא וואס ער גלייכט און קען. נא אזא איינעם ערלויבט מען ער זאל זוך עקספרעסן.
משאכ א קינד זאל מען לאזן הנאה האבן, דיוועלאפן זיינע טאלאנטען?! סאיז דאך נאך דא א גרויסע טשענס אז מקען עס ציקוועטשען.
קטלא איז דאך שוין מאריך ווי שטארק מיר קערן און היטען פאר אונזער קונדער.
סהייבט זאך ביי סליחות מיט ווארמע מוזיק, ס'ענדיקט זוך ביי קינדער ניצן זייער נאטירלכע טאלאנט וואס די אייבישטער האט זיי באשאנקן.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3700
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 8:21 pm
האט שוין געלייקט: 4238 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1761 מאל

הודעהדורך אספקלריה » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 11:15 pm

קען אפשר איינער מרחיב זיין ווער זענען דיע טעראריסטען מזאל מיר קענען מקיים זיין ושם רשעים ירקב.
ועוד איז דא אפשר א קאמפיין ווי מקען באצאהלען פאר די נפגעי טעראר ?
אספקלריה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 95
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 28, 2013 9:21 am
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 130 מאל

הודעהדורך קורקלענד » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 11:18 pm

ס'וואלט טאקע געווען א גוטע פלאן אויפצושטעלן א גאו פאנד מי בלעטל מיט א הונדערט טויזנט דאלער גאול. אזוי זאל די פאלק קענען זעהן און משפט'ן וואו די עולם באלאנגט.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1617
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 1528 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 881 מאל

הודעהדורך בן ישי » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 11:52 pm

זיי האבן זיך ארויסגעצויגן גענוג באצייטנס נאך פאר די צודרייטע חברה האבן געענדיגט צאמנעמען אלע הייליגע חתימות, אזוי האבן זיי כאטש געקענט שרייבן די אמת אויפן צעטל פארוואס זיי האבן געדארפט קענסלען, כלשונם Due to the mosdos threatening the staff of the show. ווען זיי ווארטן נאך אביסל וואלט די שרעקליכע וויי געשריי פון די רבנים שוין געווען פארשפרייט איבעראל אין זיי וואלטן געדארפט מאכן א שיינע לשון הקודש בריוו (זעהט אויס די רבנים קענען נישט קיין ענגליש, זעהסט מאסטער! מ'קען זיין סוקסעספול אן קענען ענגליש!!) אז ס'איז קענסעלד צוליב זיי ווילן פאלגן דעת תורה וכו'... אין ס'וואלט געווען אפאר ק/פ מעסעדזשעס וואס וואלטן געוויסט צו זאגן אז ס'געווען אפאר חברה וואס האבן אלעס אינטער געדרייט און געסטראשעט...
דוד בן ישי עבדך משיחך
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1291
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 1:51 am
האט שוין געלייקט: 196 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 578 מאל

Re: טעראר האט געזיגט

הודעהדורך יהודי פשוט » מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 12:07 am

אינטערעסאנט אז קיינער האט נישט קיין אנונג ווער ס'זענען די מוסדות וואס האבן גע'threatend
איך בין א נער און איך גלייב!!!
באניצער אוואטאר
יהודי פשוט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 455
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:00 pm
האט שוין געלייקט: 275 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 270 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 12:10 am

דאס איז זיכער אז ווען ס'פלאץ וואלט זיך שנעלער אנגעפילט וואלט טעראר נישט געזיגט... נאכן דורכפאל פון 85 פראצענט זאל ליידיג און אן קיין וואלונטירן זיך צו לאזן פארמעסטן האט טעראר געזיגט און דער בחור'ל וואס איז אויפגעקומען דערמיט האט שנעל אויפגעגעבן..... ווער ס'וויל עס נאכגיין איז מכובד...
איסר האטלקי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1408
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 1:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 744 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 850 מאל

הודעהדורך בן תורה » מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 12:27 am

איסר האטלקי האט געשריבן:דאס איז זיכער אז ווען ס'פלאץ וואלט זיך שנעלער אנגעפילט וואלט טעראר נישט געזיגט... נאכן דורכפאל פון 85 פראצענט זאל ליידיג און אן קיין וואלונטירן זיך צו לאזן פארמעסטן האט טעראר געזיגט און דער בחור'ל וואס איז אויפגעקומען דערמיט האט שנעל אויפגעגעבן..... ווער ס'וויל עס נאכגיין איז מכובד...

סאיז זעכער א קאמבינאציע פון ביידע, און די נישט פארקויפטע זיצן איז אסאך שולדיג אין דעם וואס די טעראר האט געזיגט.
אבער איך ווייס ערשטהאנטיג אז סאיז טאקע פארגעקומען נעכטן א גרויסע אסיפת מנהלים און האבן געארבעט אויף א איסור פון אלע מנהלי הת"ת פון איבעראל.
איך פארשטיי נאר נישט מי שמך לאיש? ווייל עפעס א אדמיניסטראטאר אין א מוסד האט דיר אויפגענומען אלס מנהל, האסטו א דעת תורה, און נעמסט דיך די רעכט אונטערצוברענגען איינעם? איז עס א פראבלעם, לאז עכ"פ די רבנים קעיר נעמען דערפון, אבער למען השם ווי קומען מנהלים אריין אינעם בילד?
בן תורה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 38
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 17, 2018 11:07 pm
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 12:51 am

יהודי פשוט האט געשריבן:אינטערעסאנט אז קיינער האט נישט קיין אנונג ווער ס'זענען די מוסדות וואס האבן גע'threatend

מווייסט יא.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3700
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 8:21 pm
האט שוין געלייקט: 4238 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1761 מאל

Re: טעראר האט געזיגט

הודעהדורך זיידי באם » מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 5:21 am

נולד מאוחר האט געשריבן:
יהודי פשוט האט געשריבן:אינטערעסאנט אז קיינער האט נישט קיין אנונג ווער ס'זענען די מוסדות וואס האבן גע'threatend

מווייסט יא.
נו ווער?
העלא אויב איינער וויל מיר קאנטעקטען פריווייט קען מען אויף טעלעגרעם https//t.me/zeidybumm
זיידי באם
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 23
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2018 12:56 am
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל

Re: טעראר האט געזיגט

הודעהדורך זיידי באם » מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 5:30 am

אספקלריה האט געשריבן:קען אפשר איינער מרחיב זיין ווער זענען דיע טעראריסטען מזאל מיר קענען מקיים זיין ושם רשעים ירקב.
ועוד איז דא אפשר א קאמפיין ווי מקען באצאהלען פאר די נפגעי טעראר ?
די מיינסט אז עס איז אזוי גרינג צי באצאלן?
איך האב געהערט פון איינער וואס איז געווען שטארק אינוואלווד אז זיי האבן דא פארלוירן איבער אכציג טויזנט דאללער....



פארוואס? פארוואס? ווייל אפאר רשעיםלעך האבן אפגעמאכט אז די שאו טאר מען נישט גיין צי? אוי וועלן די חברה ברענען זיי ווייסן אפילו נישט וואס ווארט זיי אויבן.....

צי נעמען א אינגערמאן און עם אוועק לייגן אכציג טויזנט דאללער וואס עס איז שטארק מעגליך אז ער גייט דאס מער קיינמאל נישט זען דארף מען האבן די גרעסטע מאס רציחה.....

יא קוק היינט האבן מיר מנהלים, הנהלי המוסדות, אד"ג מיט די גרעסטע מאס רציחה איך ווייס נישט ווי אזוי אונז טראסטן זיי מיט אונזערע קינדערלעך....
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך זיידי באם אום מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 7:19 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
העלא אויב איינער וויל מיר קאנטעקטען פריווייט קען מען אויף טעלעגרעם https//t.me/zeidybumm
זיידי באם
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 23
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2018 12:56 am
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 8:48 am

אן אריין צוגיין צו די מנהלים זענען יא גערעכט צו נישט.

די געדאנק זיך צובאנוצן מיטן דראהען עלטערן ארויסצווארפן זייער אומשולדיגע קליינע קינדער פון די מוסדות אויף די גאס ווי הינט, פון מוסדות וועלכע זענען אייגענטליך נכסי ציבור איז ווירקליך א שוידערליכער פארברעך קעגן ג-ט און קעגן די מענטשהייט. און עס צייגט גלייכצייטיג אויך, ווי שוואך און אומבאהאלפן די מוסדות זענען ווען זיי ווילן עפעס דורכפירן.

דער אלגעמיינער מענטשהייט שאקלט זיך אפ מיט אפשיי פון יעדע זאך אנבאלאנגט מיט די פארברעכישע מנהלי המוסדות. די דאזיגע באנדיטן האבן צוליב זייער געמיינע טאהטן גענצליך פארלוירן דעם ציטרוי ביים אלגעמיינעם פובליקום.
נעמליך, זיי קענען אצינד בלויז טרעטן אויפן ציבור ווייל זיי זענען צום באדויערן נישט אזוי שטארק אנגעוויזן אויף אונזער געלט. זאגאר איינמאל פעטער שמואל וועט אויף הערן צו באשטייערן, און די קאסע באזיצער וועלן זיין צוריק אנגעוויזן אויף די פינאנציאלע שטיצע פונעם ציבור, וועלן די אלע טיראנישקייטן און בארבאריזעם קומען צו אן האסטיגען אפשטעל.

אויף ביזדערווייל ליגט א הייליגע פליכט אויף די מענטשהייט, אז מ'זאל אן קיין שום אנגסט פארשרייען די דאזיגע מענטשען פרעסער, די שדים בדמות אנשים, וואו אימער זיי באווייזן זיך אין די עפענטליכקייט. וויפול קינדער האט מען נישט אנגענומען? וויפול בחורים האט מען דעם דאזיגען זמן געווארפן צו די הינט? הא? מיט אינטעררנעט, און מיט קאמעדיע פארשטעלונגן זענט איר פארנומען? אה? ידיכם מלא דמים!
דער ווייטאג איז בלויז אז די גרוילהאפטע סעלעקציאנערן שר''י ווארפן די שולד איינער אויפן צווייטן, גענוי ווי די בלוטיגע נאציס האבן געטאן אין נירענבערג. דאס איז אזא סארט ארגענעזירטע רשעות וואס שטעלט קאפויער דאס האר פון קאפ. מ'טאר זיך נישט לאזן פארפירן פון די שוחטי ילדים! ניין נישט דו? דאן ווער יא? געב ארויס די נעמען פון די באנדיטן...אז נישט ביזטו פאראנטפארטליך....
דער הייליגער נביא האט שוין געשריגן פאר טויזענטער יאר צוריק...הוי רועי ישראל אשר רועים אותם הלוא הצאן ירעו הרועים...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך קאך_לעפל אום מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 11:55 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1206
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 89 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1230 מאל

הודעהדורך קורקלענד » מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 9:15 am

איך פארשטיי נישט וויאזוי אזויפיהל מענטשן דא קענען זיך כסדר טועה זיין און מיינען אז די מוסדות זענען נכסי ציבור. ס'איז א פריוואטע ביזנעס!
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1617
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 1528 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 881 מאל

הודעהדורך בית יוסף » מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 11:29 am

רוב מענשן האבן בכלל נישט געכאפט וואס דא גייט פאר וואס דאס איז, א גרויסע מסטעיק פון זייער זאט .
בית יוסף
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 20
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 19, 2018 5:37 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 11:47 am

קורקלענד: די בעסטע ראיה אז דו ביסט גערעכט איז, אז דער עולם לאזט זיך דיקטירן פון די אזוי-גערופענע מנהלי המוסדות...! אנישט. וואלטן זיי געדאפרט צו טון וואס דער ציבור פארלאנגט. נישט פארקערט...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12288
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 11:57 am
האט שוין געלייקט: 13670 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7834 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 12:03 pm

די פירער פונעם דער פארמעסט זענען אויך באגאנגן א פונדאמענטאלע נארישקייט. זיי וואלטן געדארפט זעלבסט פארשטיין אז איידער זיי טרעטן נאך אפילו צי די פלענער, וואלטן זיי ערשט געברויכט באשטייערן עטליכע גרייצער פאר די צדקה קאסע פון הרה''צ לוחם מלחמת השם ברמה רבי צבי קלאר שליט''א, על ישראל הדרתו בעירינו הקדוש וויליאמסבורג.

רבי צבי איז שוין לאנגע יארן בבחינת שבת שאסור לעשות מלאכה, אזש לויטן גינעס ווארלד רעקארד איז ער דער לענגסטער ארבייטסלאזער מענטש אין דער וועלט. אפגעזען פון די בני קדושים וועלכע זענען אסור במלאכה מדאורייתא מחמת קדישת זקינתם נשמם עדן.
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1206
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 89 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1230 מאל

נעקסט

גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Majestic-12 [Bot] און 8 געסט