מיינע צוויי סענט איבער די קול קורא (פלעיס)

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור

מיינע צוויי סענט איבער די קול קורא (פלעיס)

הודעהדורך שלי שלך » מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 9:01 am

באקומען אין אישי:

אין די קומענדיגע פאר שעה, נאך וואס דער אשכול ווערט געעפנט, גייט ארויסקומען א מעכטיגע קול קורא, וואס גייט ארויסשרייען אין די גאנצע וועלט. אין דער קול קורא, וואס איז אונטערגעשריבן געווארן דורך א גרויסע צאל מנהלים פון מוסדות התורה אינערהאלב אמעריקע, פאראייניגט אונטער א געוויסער "איחוד המנהלים" וואס האט זיך לעצטנס פארמירט. דארט גייט אפעציעל גע'אסר'ט ווערן די פלעיס למיניהם, מיט אן אויסרוף, אשר אסור לכל תלמיד שלנו, להשתתף באלו הפלעיס, והוקאפס וכו'... בערך אזוי...

ביי די אסיפה וואס איז אפגעראכטן געווארן פאר דעם הייליגן צוועק, זענען געווען מנהלים וואס האבן מיט אן אש קודש געפאדערט, אז מען זאל ארויסשרייבן קלאר און דייטליך, אז א תלמיד וועמען מען וועט כאפן חלילה גיין צו די גע'אסר'טע פלעיס, וועט אטאמאטיש אויסגעשלאסן ווערן פון תלמיד-תורה, אנדערע מנהלים זענען נישט געגאנגען אזוי שארף, און דער קול קורא איז געבליבן אן דעם, אבער יעדער מנהל האט די אייגענע רעכט, אהיימצושיקן צעטליך מיט די קינדער, אין נאמען פון זיין מוסד, דארט וועט ערקלערט ווערן פונקטליך די ראלס און רעגאלאציעס פון די נייע תקנה.

לכאורה, קוקט דאס אויס ווי א געוואונטשענע זאך. יעדע יאר דארף איך זיך שלאגן מיט מיינע קינדער איבער די פלעיס. איך האלט זיי נישט ביים עפענען די אויגן צו די גאס, און איך האלט אז קינדער זענען צופרידענער און געזונטער אן דעם. דער חול המועד גייט ביי מיר אריבער פיל בעסער אן די נארישע פלעיס. וואלט מען דאך געקענט דאנקען דעם אויבערשטן און זאגן "ברוך השם פאר דעם, און יישר כח פאר זיינע געטריי שלוחים, די מנהלים פארן טון די דזשאב".

אבער... דא קומט א גרויסער אבער...

אין דעם קול קורא, לויטעט עטליכע ווערטער, וואס צונעמט זייער גאנצער "אויפטוה" און ברענגט א ביטערע חורבן פאר די גאנצע חינוך. עס איז מעגליך אז די קורצזיכטיגע שטחיות'דיגע אויגן פון די מנהלים כאפן אליין נישט וואספארא חרבן זיי ברענגען, און איך וויל נישט טראכטן אז זיי טוען זאכן בזדון ובמעל חלילה.

די מנהלים מאכן קלאר אין זייער קול-קורא, אז דאס אלעס איז געזאגט געווארן בלויז פאר אלגעמיינע פלעיס, אבער די פלעיס וואס ווערן געמאכט דורך די מוסדות אליין, פארמאגט אן אנדערן דין. דאס איז מותר לכתחילה און שטעלט נישט מיט זיך קיין שום פראבלעם, א שטייגער ווי די באבובער פלעיס און סקווירא אום פורים וכדו'.

נאכמער; ביי די דאזיגע אסיפה איז שטארק ארויסגעברענגט געווארן, אז מען מוז צושטעלן היימישע אינטערטעימענט פאר די יוגנט, אויף א כשר'ע אופן, עס איז גאר די פליכט פון די מוסדות, אזוי אז עס זאל נישט זיין קיין נסיון צו גיין פאשען אין פרעמדע פעלדער, און דאס איז טאקע דער פלאן פון די מנהלים.

אויב דאס איז טאקע דער פלאן פון די מוסדות, מיינט דאס אין אנדערע ווערטער, אז די מוסדות קידנעפן די פלעיס, און באקומען א מאנאפאל, כלומר'שט צוליב חינוך צוועקן, ומתן שכרה בצידה, אז עס וועט זיין א שיינער פארדינסט פון די מוסדות, זיי וועלן קענען באקומען א שיינע הכנסה דורך די פלעיס וואס וועלן געמאכט ווערן על טהרת המוסד.

נו, קלערט איר אז דאס איז טאקע א ישועה פון הימל? – לא מיניה ולא מקצתיה! אויב גייען די מוסדות אנהויבן זיך אפצוגעבן מיט מאכן פלעיס, מאכן זיי דעם חורבן פיל ערגער און שווערער. קאנקערענץ גייט שטייגן ביזן הימל, די פלעיס וועלן זיין פונקט אזוי ווי די ביז יעצטיגע פלעיס, אן קיין אויסנאם. אמער, מען דארף זיך צושטעלן צו אלע קינדער פון די מוסדות, אפילו פון די וואס קומען פון שוואכערע שטיבער. מען דארף עס מאכן געשמאק פאר יעדן.

יעצט גיי זיי מסביר פאר מיין קינד, אז ביי אונז איז חול-המועד גאר אן אנדערן באדייט, מען פירט זיך אנדערש און מען הייליגט איר. אז דער חדר מאכט א פלעי, מוז מען גיין. נישטא קיין תירוצים.

ווער גייט אנפירן די דאזיגע חדר פלעיס? – די מנהלים, מחנכים? – א מכה בדופן! – מען גייט דאס איבערגעבן פאר א כאפטע "טויגליכע" יונגעלייט, אשר לא קרו ולא שנו, בערך די זעלבע וואס פירן די אונטערן פלעיס.... זיי וועלן דאס מאכן העכסט אינטערעסאנט, און די מוסדות וועט שארן גאלד, און פאר די מנהלים וועט דאס אנגיין, פונקט אזוי ווי עס גייט זיי אן וואס עס טוט זיך אין די פילע דעי-קעמפס, מיט די לוקסוס און אויסברענגערייען. מען לאזט דאס אלעס איבער פאר די מדריכים, מען זאגט אז עס איז אונטער די חדר און מען פארמאכט אן אויג. אט אזוי וועלן אויסקוקן די אונטערן – אנטשולדיגט, די חדר פלעיס.

מיינע קינדער, וועמען איך האב ביז יעצט פראבירט צוריקצוהאלטן פון די נארישע גאס, און פראבירט אריינצוברענגען אין זיי בעסערע השגות, וועלן אצינד מוזן זיך משתתף זיין ביי די פלעיס פון די מוסדות. פארגעסט נישט, ס'איז א ביזנעס, די מוסדות וועלן דאס פראפאגאנדירן, מען וועט באקומען פרייזעס פארן קומען, ס'איז א הכנסה, מען שטיצט די מוסדות און מען מעג קויפן טיקעטס מיט מעשר געלט. די קינדער וועלן עקטן פאר יום טוב און נאך יום טוב, מיינע קינדער וועלן אויך מוזן עקטן, ווייל זייער חבר יענקי עקט אויך, און די איבעריגע איז היסטאריע – בעסער געזאגט היסטעריע.

לאז עס שוין ענדערש ווי אזוי עס איז געווען ביז יעצט, פארדארב נישט מיינע קינדער אונטערן שלייער פון חינוך. לאז עס זיין צדיקים ילכו בם ורשעים יכשלו בם.

וואס די מנהלים טוען דא אצינד איז, זיי נוצן אויס זייער כח צו קידנעפן די פלעיס צו זייער זייט, זיי זאלן קענען האבן דער מאנאפאל דערויף, מאכן די געלט דערויף, והצל לא הצלת את עמך. פארוואס טוען זיי דאס? – נישט ווייל זיי זענען איבערגעטריבן קלוג און דורכגעטראכט. דאס קומט פון קורצזיכטיגקייט, מען קוקט נישט אויפן עתיד מיט א גרונטליכן בליק, און מען גרייזט!

לעצטנס האבן די מנהלים זיך פארמירט אין אן איחוד, זיי האבן א גרופ וואו זיי שרייבן צוזאמען, דארט ווערט געמאכט החלטות אין אידישקייט, יעדער וויל זיך ארויסשטעלן אלס פרומער און בעסער פונעם צווייטן. דער אמת איז, אז ווי א בעסערער און ערנסטער מנהל, אלס ווייניגער איז ער אקטיוו אויף די גרופ... די מנהלים וואס האבן נישט וואס צו טון מיט זייער צייט, זיצן אין אפיס און קוואקען אויף די גרופ. די ערנסטע מנהלים זענען נישט אזוי אקטיוו און זענען באמת ביזי אין חינוך, נישט נאר צו רעדן אין חינוך... דאס שרייב איך נישט מידיעה, נאר אפילו א בלינדער קען זיך דאס פארשטעלן...

אונטערן שלייער פון דעם איחוד, ווערט געטאן פיל זאכן, צווישן זיי דעם דאזיגן קול קורא.

אבער איין מינוט! – ווער זענען די רבנים פון דעם איחוד, וועמען פרעגט מען? – וועלכע רבנים זענען אנגעפרעגט געווארן אויף דעם קול קורא? – דער ענטפער איז, קיינער! – מען מיינט אז ווייל מען האט אן איחוד, און מען איז "עוסק" אין חינוך, קען מען שוין טון וואס מען וויל. ס'איז נישט דורכגעטראכט און זיי ברענגען בלויז א חורבן.

אונטער דעם שלייער פון דעם "איחוד" האט מען שוין אסאך "אויפגעטאן"... יעדע מאל מען זעט אן עד אין וויקלי לינק, וואס איינעם פון די מנהלים פאלט איין אז עס איז נישט לפי רוח החינוך, און קינדער דארפן דאס נישט זען, ווערט מען פרום ווי דער פויפסט, מען דרייעט אן דעם גאנצן איחוד, און קיין מנהל וויל זיך נישט ארויסשטעלן אלס דער מקיל, ווייל דעמאלס איז ער שוין נישט קיין מחנך... מען סטראשעט אויסגאבעס און פעיפערס, מען סטראשעט געשעפטן מיט פריוואטע מענטשן... פרעגן זיי דען איינער? – האבן זיי א רב? – פונקט ווי יעדער ארגאניזאציע דארפן א הכשר, דארפן זיי אויך א רב המכשיר. מען קען נישט טון אלע שייגעץ שטיק אונטערן שלייער פון איחוד. אויב פארמאגט נישט דער איחוד א רב, איז דאס חזיר טריף, פונקט ווי יעדע אנדערע זאך אן קיין הכשר!

פארוואס שרייב איך דאס אלעס? - ווייל אין צען יאר ארום, וועט איר ארויפנעמען דעם דאזיגן פארשטויבטן ארטיקל, און זען אז ס'איז אמאל געווען א ניק אויף אייוועלט, און ער האט שוין געסטראשעט פון פריער אז דאס וועט פאסירן.
שלי שלך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 71
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 9:54 am
האט שוין געלייקט: 524 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 11:57 am

שלי שלך: אין אנדערע ווערטער. דו זאגסט אז די מנהלי המוסדות אדער זייערע בעלי בתים זענען דזשעלעס אויף די אנפיהרער פון די געלונגענע !..."אונטער'ן"...פלעיס. און זיי טענה'ן אז אויב ס'פליסט אריין גרויס געלט זאלל עס אריינפליסן צו זייער קעשענע
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12288
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 11:57 am
האט שוין געלייקט: 13670 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7834 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 12:05 pm

א הוספה צו מיין פריערדיגע תגובה: מ'קען עס אבער אנקוקן מיט א סארקאסטישן בליק. לכאורה, אויב די פלעיס ווערן אנגפעיהרט דורך די מוסדות איז עס גוט. דאמאלס. אויב דער אנפיהרער פון די אלגעמיינע, געלונגענע פלעיס איז , למשל א סקווירא'ער חסיד. און א טייל פון די שפילערס זענען בעלזער חסידים. און אן אנדער טייל באבוב'ער אדער קלויזנבורגער. קענמען עס דאך אנרופן אז די פלעיס זענען דורך די מוסדות הקדושים...! פארשטייצעך אז דער גאנצער טומל איז א פאלשע זאך. און די טומלערס און רודערערס אדער זייערע בעלי בתים מיינען נאר געלט...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך berlbalaguleh אום מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 6:45 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12288
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 11:57 am
האט שוין געלייקט: 13670 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7834 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 12:25 pm

איך גלייב נישט אז די מנהלים ווילען די געלט, זיי באקומען א געהאלט, אפגעזעהן פין די פאר טאלער וואס די פלעיס גייען נישט אריין ברענגען.

עס איז לכאורה א קאנטראל זאך, זיי האבן מורא פאר זיך זעלבסט טאמער ביי די פלעיס וועלען זיין מגלה זיין טפחיים פין דאס וואס טוט זיך אונטער זייער קוליסן.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
אישתישבי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1270
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל

Re: מיינע צוויי סענט איבער די קול קורא (פלעיס)

הודעהדורך יהודי פשוט » מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 3:41 pm

שוין פאריבער איבער זעקס שעה און ס'נאך נישטא קיים זכר פון קיין קול קורא....
איך בין א נער און איך גלייב!!!
באניצער אוואטאר
יהודי פשוט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 455
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:00 pm
האט שוין געלייקט: 275 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 270 מאל

הודעהדורך אדונינו » מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 5:51 pm

פארוואס שרייב איך דאס אלעס? - ווייל אין צען יאר ארום, וועט איר ארויפנעמען דעם דאזיגן פארשטויבטן ארטיקל, און זען אז ס'איז אמאל געווען א ניק אויף אייוועלט, און ער האט שוין געסטראשעט פון פריער אז דאס וועט פאסירן.

דא איז קאווע שטיבל, נישט אייוועלט.
אדונינו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 194
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2015 1:56 pm
האט שוין געלייקט: 119 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 7:23 am

ער שרייבט דאך "באקומען אין אישי"...
למעשה איז פאראן א קול קורא?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 14973
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 11, 2012 11:11 pm
האט שוין געלייקט: 17502 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17832 מאל

Re: מיינע צוויי סענט איבער די קול קורא (פלעיס)

הודעהדורך שלי שלך » דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 1:01 pm

אדונינו האט געשריבן:דא איז קאווע שטיבל, נישט אייוועלט.
די ארטיקל איז געווען אויף אייוועלט, ביז ס'איז מיסטעריעז פארשוואונדן געווארן ביז געציילטע מינוטן..
די שרייבער פון די שורות, ווילנדיג ס'זאל פארצייכנט ווערן די שורות לעולמי עד, האט מיר עס געשיקט אין אישי אז איך זאל עס דא פאוסטן.

ווי ס'שטעלט זיך ארויס, איז די שרייבער פון די שורות געווען גערעכט. די קול קורא איז נארוואס ארויסגעקומען מיט גענוי די לשונות און נקודות וואס די שרייבער האט פאראויסגעזאגט.
שלי שלך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 71
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 9:54 am
האט שוין געלייקט: 524 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל

הודעהדורך בן תורה » מוצ"ש סעפטעמבער 08, 2018 11:38 pm

איך ווייס נישט צו די סיבה פון די איסור איז טאקע ווייל די מוסדות וויל מאכן געלט, אבער בנוגע וואס די שרייבער שרייבט איבער די גרופ "איחוד המנהלים" איז אמת ויציב ביודעי ומכירי!

זיצען א.ג. מחנכים און שרייבן אויף אזא טשעט גרופע, און יעדער מנהל פרובירט איבערצושטייגן דעם אנדערן און ווייזן אז ער איז פרומער און הייליגער פונעם צווייטן!

זיי האבן נישט קיין שום דעת תורה וועם זיי פרעגן, און ניטאמאל פרעגן זיי די רוחניותדיגע אוטאריטעט פון די מוסד וואס זיי פירן.

וויאזוי קענען זיי, אפאר אפגעריסענע יונגעלייט, וואס רוב פון זיי זענען אונטער 35 יאר (ווארום די עלטערע, ערענסטערע מנהלים שרייבן נישט און זענען נישט אקטיוו אויף די גרופע) מחליט זיין, און סטראשען מענטשן און ביזנעסער, און מכלומרשט מתקן זיין דעם דור, אהן אנפרעגן עט ליעסט א דעת תורה??

פון ווי ווייס איך דאס, ווייל א גאר נאנטע משפחה מיטגליד מיינע, איז א מנהל אין א מוסד, און ער האט מיר געוויזן די מנהלים טשעט גרופע, די מנהלים זענען נאר ביזי ארויסצוברענגן וואספארא פאוער זיי האבן, און פרובירן איבערצושטייגן איינער דעם אנדערן ווי מער פרצות מען קען טרעפן און ווי פרומער און בעסער ער איז פונעם אנדערן.
איך האב געזען דארט צוויי באזונדערע מעשיות, ווי זיי האבן ממש גערוידפט עטליכע ביזנעס אייגנטומער, מיט טעראר און סטראשונגען אהיימצושיקן צעטליך מיט די קינדער קעגן זייערע געשעפטן און ארויסגעבן איסורים.
מיין שוואגער טענעהט אז די פרומקייט קאמפעטישאן איז זייער גרויס און דאס, אינאיינעם מיט אביסעלע פאוער, זענען די טרייבקרייפט פון די גאנצע א.ג. איחוד מנהלים.

סאיז צייט אויפצונעמען א וועד הרבנים איבער די מנהלים, און זאלן די מנהלים זיי לאזן מתקן זיין די פירצות פונעם דור, אז זיי האלטן אז עס עפעס קען ח"ו שאטן פארן חינוך זאלן זיי עס אויפברענגן פאר זייער רב און לאזן יענעם דן זיין אויב סאיז א פראבלעם און וויאזוי קעיר צו נעמען דערפון, און נישט לאזן אפאר היציגע, יונגע, אינגעלייטלעך פרובירן צו פירן די דור, בלויז ווייל עפעס א מוסד אדמיניסטראטאר האט באשלאסן אים אויצונעמען אלס מנהל.
בן תורה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 38
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 17, 2018 11:07 pm
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל

הודעהדורך גלויבער » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2018 9:30 pm

אמת'ע צעטל?
בייגעלייגטע פיילס
IMG_20180920_222944_998.jpg
Be like a postage stamp; Stick to one thing until you get there
באניצער אוואטאר
גלויבער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 14
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 14, 2015 12:29 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל


גיי צוריק געזעלשאפט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 6 געסט