אן אויסוואהל פון צוויי חברותות

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1947 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2320 מאל

אן אויסוואהל פון צוויי חברותות

שליחה דורך נהורא נפישא »

אן אינטערסאנטע פראגע וואס ס'וואלט מיר געווען אינטערסאנט צו הערן פון אינטעליגענטע מענטשן זייער אויסוואהל.

לאמיר זאגן אז איר האט פאר אייך אן אויסוואהל פון צוויי סארט חברותות, וועלעכע וואלט אייך געצויגן צום ערשט.

לאמיר קודם קלארשטעלן די צד השוה שבהן. ביידע זענען זייער אינטעליגענטע און נאלעדזשעבל מענטשן און ביידע זענען אייניג באחנ'ט מיט זייער אויסקוק, פארט זענען זיי אבער אינגאנצן אנדערע פערזענליכקייטן ווי פאלגענד;

1) האט א לייכטע אויסקוק אויפן לעבן. שטארק הומאריסטיש. פראקטיש. האט שטארק אינזין ישרות אבער ווייסט ווען צו בייגן די רוללס. שטארק קאנפידענט אבער נישט אזוינס וואס ריפט ארויס אראגאנץ. דרייסט און העראאיש ווי מיט א לייבנהארץ. חוצפה'דיג דארט ווי ס'פעלט אויס. סקעפטיש, ער דארף עס אבער נישט ארויסזאגן עס איז זיין וועזן. הערענדיג אן עוולה ראעגירט ער מיט סארקאזם ווי איידער מיט התרגשות דקנאות.

2) האט אן ערענסטע אויסקוק אויפן לעבן. שמייכלט איידל. זייער אידילאגייש. אריסטאקראטישע שעמעוודיגקייט. צוריקגעצויגן און ענוות'דיג. פחד'ניש צו נעמען ריזיקאלע שריט. האט ציטרוי צו מענטשן אין אלגעמיין. רעאגירט צו אן עוולה מיט התרגשות דקנאות.
(צום באמערקן אז די אויבנדערמאנטע שטריכן גייען לאו דוקא אינאיינעם. אדרבה למשל צומאל זענען אידילאגישע פארשוינען דוקא מער העראאיש ווי פראקטישע, דאך איז מיר אינטערסאנט צו הערן די אויסוואהל פון די צוויי)
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)

דער אשכול פארמאגט 64 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר