ווען שבת איז אויסגעפאלן דינסטיג

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 616 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1899 מאל

ווען שבת איז אויסגעפאלן דינסטיג

שליחה דורך גדליה »

איינמאל איז שבת אויסגעפאלן דינסטאג.
אזוי האט פאסירט, ס'איז געווען א טעות אין די לוח אין מ'האטזיך פארחעשבונט, און שבת איז אויסגעפאלן דינסטאג.
סהאט זיך אנגעהויבן א גאנצע רייע שאלות. למשל וועלכע פרשה ליינט מען?
נאך א לענגערע שמועס מיט אלע רבנים איז געבליבן אז מגייט ליינען פרשת בראשית פון ויהי ערב ויהי בוקר יום שני ביז נאך ויכולו, צו מרמז זיין אז שבת געפאלט אויס דינסטיג.
אלעס אנדערש איז געווען ווי געווענליך, תפילות, קיגעל זמירות וכו'
די גאנצע שבת איז אריבער בשלום אין דער עולם האט זיך שטארק געפרייט אז מהאט באוויזען דורכצומאכען דעם לאנגען דינסטיגדיגן שבת
נאר ר' פרחיה האט אויסגעזען זייער באזארגט
ר' פרחיה איז א איד א נגיד און אויך א יודע ספר, אפילו דער רבי האט זיך גערעכנט מיט זיין מיינונג
וואס איז ר' פרחיה? האט שמעיה אים געפרעגט אהיימגייענדיג פון קידוש
ענטפערט ר' פרחיה:
כ'האב סתם געטראכט, וואס טו מיר אויב נעקסטע וואך געפאלט שבת מיטוואך?
וואס איז די פראבלעם? פארשטייט נישט שמעיה, מוועט ליינען פרשת בראשית פון יום רביעי ביז נאך ויכולו
כאפסט נישט שמעיה', טענהט ר' פרחיה. כפארשטיי אז מיט קריאת התורה קעמען זיך א עצה געבן, אבער וואס טו מיר אויב קימעדיגע ואך געפאלט שבת מאנטיג, און נאכדעם דאנערשטאג, ס'עט דאך פארדרייען די גאנצע מהלך החיים
שמעיה טראכט אריין אין ער ווייסט נישט וואס צי ענטפערן. ענדליך ריפט ער זיך אן:
לאמיך אייך פרעגען ר' פרחיה, איר זענט דאך א עלטערע איד, ווי זוי האט טאקע פאסירט אזא מעשה אז שבת איז געפאלן דינסטאג?
ר' פרחיה טראכט אריין אין ער קען נישט מחליט זיין אויב ער זאל דערציילען די גאנצע השתלשלות.
(פארזעצונג קימט נישט אי"ה)
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ

דער אשכול פארמאגט 27 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר