לך לך מארצך

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
מיימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:17 am
האט שוין געלייקט: 296 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1512 מאל

לך לך מארצך

שליחה דורך מיימון »

איך בין אין א דילעמא.

א שטארקע דילעמא. ווילט איר וויסן פארוואס? אט הערט. זייט איך בין געבוירן בין איך אויפגעוואקסן דא אין דעם שטאט וואו איך וואוין. דא בין איך ערצויגן געווארן, דא האב איך זיך געדרייט, איך קען יעדן געסל און שטיינדל, זעלטן בין איך געווען אפילו אין אנדערע אידישע שטעט, נאר באזוכנדיג אמאל אמאל. דא איז מיין פלאץ, דא זענען מיינע נאנטע און באקאנטע פלאצירט, דאס איז דאס.

איך און מיין משפחה זענען שטילע מענטשן און נישט קיין רודערערס. ווען עס זענען ארויסגעקומען די נייע תקנות די לעצטערע יארן האבן א טייל עס גלייך אנגענומען, אבער רוב האבן געברויזט און זיך געקאכט, וואספארא חוצפה איז דאס, ארויפצוצווינגען זאכן אויף מענטשן, וויאזוי קען מען דאס צולאזן. אבער מיט די צייט האבן רוב פון די חברים זיך געבראכן, טייל פון איבערצייגונג אבער מער פון פחד און נישט זיך וועלן איינרייסן מיט די פירער.

די וואס שטייען אונטער דעם לאזן נישט נאך און פירן כסדר א מערכה אויפצוקלערן דעם עולם ווי הארב עס איז ווער עס פאלגט דאס נישט אויס און ווי שעדליך עס איז צו קומען אין בארירונג מיט מענטשן וואס שטעלן זיך נישט צו. "וויאזוי קענען מיר צולאזן אונזערע קינדער זאלן זיך דרייען אינאיינעם מיט זייערע קינדער?" פרעגט איין רעדנער מיט פאטאס, "וואספארא אחריות נעמט אויף זיך א טאטע ווען ער ווייסט אז זיינע קינדער זעען צו ווי מען לאכט זיך אויס אין פנים אריין פון די תורה הקדושה?" וויינט ער. זיי פארפירן און מאכן ענג דאס פלאץ פאר די וואס האלטן זיך נישט ביים לאזן פירן.

א הויפט טענה וואס זיי נוצן כסדר איז "ווער הייסט דיך דא וואוינען? גיי זוך דיר א צווייטן פלאץ", זיי טענה'ן אז דאס פלאץ איז אויפגעשטעלט געווארן און איז מערסטנס באוואוינט מיט מענטשן וואס ווילן האלטן א געוויסע מהלך, און עס שטערט זיי ווען מען פארלעצט זייערע סדרים אין דעם שטאט. "אפילו מענטשליך" טענה'ן זיי, איז יעדער פלאץ ערלויבט צו ארויפלייגן גדרים אויף ווער עס וויל דארט וואוינען, און "אז עס געפעלט דיר נישט גיי זוך דיר א צווייטן פלאץ".

למעשה אבער בין איך א מענטש וואס קען זיך נישט ברענגען צו טון אנדערש ווי איך גלייב. איך קען נישט אננעמען עפעס וואס אנדערע צווינגען ארויף אויף מיר ווען עס איז אנדערש ווי מיינע איבערצייגונגען. פון די אנדערע זייט אבער, וואו זאל איך גיין? גיי, זאגן זיי, אוואו? איך בין פרעמד איבעראל, גיי לערן זיך אויס א נייע שפראך, א נייע קולטור, עס איז שרעקעדיג און פרעמד, און מען קוקט אויף דיר מיט גרויס ווידערווילן, גיי זוך א פלאץ, יענץ געשעפט.

וואספארא רעכט האבן זיי מיר צו פארשיקן פון א פלאץ וואו איך בין געבוירן און אויפגעוואקסן מיין גאנץ לעבן בלויז ווייל איך בין אנדערש פון זיי? צו האב איך שוין נישט קיין שום רעכטן ווייל איך טייטש אויס די תורה אנדערש? אפשר זאל איך זיך יא צושטעלן און פארטיג? אפשר נאר לפנים עד יעבור זעם ביז די עקסטרעמע חברה וועלן אונטערגיין? איך ווייס נישט וואס צו טאן. דאס איז מיין דילעמא.

אה, כ'האב שיער פארגעסן אייך צו פארציילן איבער מיר, איך הייס מאיר אבולעפיה, איך וואוין אין שפאניע, דאס יאר איז רנ"ב.

דער אשכול פארמאגט 11 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר