טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

רעאגיר
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6958
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 5107 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6779 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך געפילטע פיש »

ר"י מונסי: "רב שאינו יכול לאכוף האינטרנט בקהילתו אסור לו לכהן ברבנות"
בילד
באניצער אוואטאר
שמואל שלום שלמה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 179
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 03, 2012 10:14 pm
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 108 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך שמואל שלום שלמה »

John Doe האט געשריבן:בילד

Nuff said

nuff said? האסט גארנישט געזאגט!! א רב מעג נישט האבן א סעלפאן? מה ענין סעלפאן אצל אינטערנעט?
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4521 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8020 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך קאווע טרינקער »

געזעהן די בילדער, ס'איז דא דארט א שיינע מנין נארמאלע-רבנים.
אבער אפאר יונגע ראצערס ניטאמאל נישט נסמך להוראה פארשמירען די האלב-נארמאלע פנים.

איך זעה דארט יונה כהן פון קול מבשר. אגב, מ'קען אים פאלאוען אויף טוויטער....
Under influence
באניצער אוואטאר
אךשמח
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 362
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 5:34 pm
האט שוין געלייקט: 89 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 215 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך אךשמח »

קאווע טרינקער האט געשריבן:געזעהן די בילדער, ס'איז דא דארט א שיינע מנין נארמאלע-רבנים.
אבער אפאר יונגע ראצערס ניטאמאל נישט נסמך להוראה פארשמירען די האלב-נארמאלע פנים.

איך זעה דארט יונה כהן פון קול מבשר. אגב, מ'קען אים פאלאוען אויף טוויטער....

יונה כהן פון קול מבשר איז ביי מיר פון די האלב נארמאלע מענטשן, און אויב ער איז דארט געווען, דארף איך אנהייבן קלערן צו באטראכטן די פילע אסיפות אז ס'האט עפעס א ממשות...
באניצער אוואטאר
רואיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 116
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 2:55 am
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 35 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך רואיק »

שרגא האט געשריבן:..


בקיצור דיין גאנצע תשובה איז פון מיט cliches און knee jerk reactions. למעשה ביזטו מודה אז די עסקנים טוהן אויף א רעטעך אבער דו זאגסט אז מען דארף זיי דאך שטיצן ווייל... אויב נישט... כאילו עס איז אן עקזיסטענציעלע קריזיס. באמערקסט אז יעדען טאג דא איז דא נאך א קריזיס ביי אונז? צו ס'איז ארטיסטן, צו מציצה, בייק לעינס, פרעס טראק, חול המועד פלעיס, ליפא, קברים, וכו' אפילו שנאר אקציעס גייט נישט היינט אהן בילדער פון קינדער וויינען, א מיטה ביי א לויה, פייער מיט בלוט, דם שחין מיט ברד צוזאמגעמישט, מיט שרייענדיגע אותיות אוי! וויי! ראטעוועט!! די וועלט גייט אונטער!!!

פאקט: די אינטערנעט איז שוין דא בערך 17 יאר און די וועלט גייט ווייטער אהן.

פאקט: די רבנים האוסרים ווייסן נישט כי הוא זה פונעם אינטערנעט צו זאגן.

פאקט: די רבנים פארשטייען אינגאנצען נישט דעם המון.

פאקט: מען פירט די רבנים ביי די נאז און זיי האבן שוין היינט נישט קיין שום קרעדעביליטי.

פאקט: מיר זענען קיינמאל נישט געוועהן אזוי בפרישות (חוץ אויב דו רעכנסט די כת איסיים פון די מגילות ים המלח, זיי האבן נישט חתונה געהאט כדי נישט צו האבן קיין שום שייכת מיט נשים).

פאקט: די מערכה מאכט מער שאדן. מיין שכן'ס עלעף יעריגער זון פרעגט עם אלץ וואס איז אזוי שלעכט מיט די אינטערנעט נאכן זעהן כסדר די גרויסע פלאקאטן מיט קידוש לבנה אותיות ווי שעדליך דאס איז.

פאקט: עס זענען דא פיל ערענסטערע פראבלעמען ביי אונז ואין פוצה פה ומצפצף.

פאקט: בעיביס שטארבן אן אמת'ן טויט און די רבנים מאכן נישט די נויטיגע תקנות צו פארמיידן שפיחת דמים ממש.

שאלה: זעמער קליינע בעיביס וואס מ'דארף אונז אנטיילן פונקליך וויאזוי זיך מונע זיין פון חטא?

שאלה: ווער זענען די וואס טיילען אונז איין? די רבנים וואס פארשטייען נישט די אינטערנעט און נישט דעם המון? אדער דארפן מיט פאלגן וואס די "עסקנים" זאגן?

שאלה: איז די אינטערנעט פון אונזערע ערגסטע פראבלעמען?

שאלה: פרנסות איז נישט אן ערענסערע פראבלעים?

שאלה: בחורים אהן ישיבות איז נישט קיין ערגערע פראבלעים?

פאקט: ווער עס וויל זיך היטן קען זיך אליין שאפן א פילטער.

פאקט: כפה עליהם הר כגיגית האט געארבעט עטליכע טעג און דערנאך האבן מיר געטאנצן און געוויזן אויף א פסל "אלה אלהיך ישראל".

פארשלאג: יעדעס מאל וואס די רבנים אסערן עפעס זאלן זיי נושא בעול זיין מיטן קהל און נעמען אויף זיך א זאך וואס איז שווער פאר זיי. למשל, זיך האלטן בשלום מיט ברידער אדער קאנקורענט רבנים (געדאנק קרעדיט) , אדער זאלן זיי אויסטיילן פאר נצרכים דאס גאנצע געלט וואס מען געט זיי חוץ וואס זיי דארפן אויף צום לעבן, אפשר זאלן זיי זיך שיידן מיטן פעלץ און דאס מנדב זיין פאר נצרכים.

טענק יו פאר ליסענינג...
באניצער אוואטאר
שרגא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 548
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 27, 2012 11:20 pm
האט שוין געלייקט: 280 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 780 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך שרגא »

בקיצור דיין גאנצע תשובה איז פון מיט cliches און knee jerk reactions.

יעצט האסטו מיך פארלוירן. איך האב דיר, לענ"ד, זייער קלאר געענטפערט אויף אלע דיינע פראגעס און אבזערווירונגען, יעצט אנשטאט ענטפערן קלאר, געסטו א שלעפ ארויס א סטעיטמענט פון טאש וואס איז גרייט ווען מ'איז נישט קלאר וויאזוי צו ענטפערן און: "דיין גאנצע תשובה איז cliches און knee jerk reactions", וואס אגב דארפסטו נאכקוקן זייער קלארע דעפיניציע, ווייל ווי ווייט איך קען נאר טראכטן, קומט עס דא לגמרי נישט אריין. אדרבא, ווייז מיר וועלכע זאכן וואס איך האב געזאגט איז א קלישעי אדער אן אויטאמאטישע רעאקציע. אויב ווילסט, קענסטו אנפרעגן אין שפראך ווינקל און כ'וועל דיר גערן מסביר זיין זייער באדייט.
איז דאך א סימן אז ווילסט נישט קיין ערנסטע דעבאטע, נאר סתם שיסן קשיות, אויף וואס דו ווילסט קיין תירוץ, און אייגן-באשאפענע פאקטן, סאו לאמיר דיך נאר אין א ווארט ענטפערן אויף אייניגע פון דיינע באמבע קשיות, וואס וועט האפנטליך זיין גענוג צו פארענטפערן אלע אנדערע. נאר כ'וועל עס מאכן קורץ ווייל כ'ווייס אז עס מאכט נישט אויס און ביסט נישט אינטערעסירט צו הערן נאר צו רעדן.

פאקט: די אינטערנעט איז שוין דא בערך 17 יאר און די וועלט גייט ווייטער אהן.

פאקט: קענסער איז שוין דא כ'ווייס-וויפיל-יארן און די מענטשהייט גייט נאך אן. מסקנא: קענסער שעדיגט נישט.
סאו האסט געמיינט אז די וועלט האט שוין יעצט געדארפט זיין אריינגעשלינגען אין א שווארצן לאך? גלאבעל ווארמינג קען איך אננעמען אז דו האלטסט פאר א פאקט, ריכטיג? און עס גייט שוין אויך אן א היפשע פאר יאר, ריכטיג? איי די וועלט שטייט נאך? נאר עס האט שוין טאקע געמאכט שאדן, טייל זעט מען שוין, טייל האלט זיך אינמיטן פארמירן, טייל וועט ווערן נאך ערגער בקרוב, אבער ווען די רעזולטאטן וועלן שוין זיין אינגאנצן קלאר פאר יעדן, וועט שוין זיין זייער נישט גוט. יעצט פארשטייסטו דעם נמשל מיט'ן אינטערנעט?

שאלה: זעמער קליינע בעיביס וואס מ'דארף אונז אנטיילן פונקליך וויאזוי זיך מונע זיין פון חטא?

ווער האט געבעטן די חכמים צו מאכן גדרים וסייגים? זענען אידן געווען בעיביס?

שאלה: איז די אינטערנעט פון אונזערע ערגסטע פראבלעמען?

פראגע איז וואס דו מיינסט דא "אונזערע". דיינע? ניין. אידישקייט'ס? יא.
זאג דו מיר וועלכע זאך נאך איז געווען אזא געפאר פאר אידישקייט? קיינער, דו אויך נישט, וועט לייקענען אז דער אינטערנעט איז דאס שמוציגסטע פלאץ וואס האט נאר אמאל עקזיסטירט אויף דער וועלט. און איך האף אז דו טענה'סט נישט אז אמאל וואלט מען נישט געהאט קיין שום פראבלעם אז יעדער יונגערמאן, ווייבל און בחורל איז גענוי 5 סעקונדעס אוועק פון די געמיינסטע בילדער און ווידיאס און אפיקורסישע געשרייבעכצער? נאר די היינטיגע עקסטרעמיסטן באדערט אזא נארישע זאך? נאך ערגער ווי איין פריערדיגע רוחניותדיגע צרה, השכלה, איז די צרה ביי יעדן אין טאש און ניטאמאל דארף מען שאפן ביכער אונטער'ן טיש אדער האבן א חבר אן אויפגעקלערטן. סאו וואס פארשטייסטו נישט אז ערליכע אידן ווילן דאס פרובירן קאנטראלירן?

נאר דער ענטפער אויף אלע דיינע קשיות איז איין קשיא: אויב וועט דאס גאנצע אידישע סיסטעם צוזאמפאלן, וועט דיך עס ממש אויפעסן? ווי גרויס וועט זיין דיין צער, פון 1 ביז 100?
דארפסט מיר נישט געבן דעם ענטפער, נאר פארשטיי אז דו האסט נישט וואס אריינצורעדן אין מערכות פון אנדערע קולטורן, פונקט ווי מיין טאטע האט נישט וואס אריינצורעדן צי די ניקס זאלן אויפנעמען דעם יאפאנעזער שפילער. פונקט ווי ער פארשטייט נישט די ווייטאג פון א מעטס פען ווען די מעטס סאקט אריין יאר נאך יאר.
קיינער קען דיך נישט אפהאלטן פון טאן וואס דיין הארץ גלוסט, די זעלבע מעגסטו לאזן אנדערע גיין אויף דעם וועג וואס עס גלוסט זיי, און פארשטיי אז דער ערליכער איד און דער "חסידישער פען" ווייטאגט.
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2755 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4717 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך יידל »

שרגא, איך זייטיג מער ווייניגער מיט דיר, נאר איין הערה'לע. דו שרייבסט: "אויב וועט דאס גאנצע אידישע סיסטעם צוזאמפאלן, וועט דיך עס ממש אויפעסן". לענ"ד איז אינטערנעט נישט בכוח צאם צו ווארפן די אידישע סיסטעם. סך הכל קען עס ווערן אביסל קלענער, אבער די וואס קלאמערן זיך נאך אין די אלטע דרך, האבן קע"ה 12-15 קינדער, און אפילו אויב העלפט פאלט חלילה אוועק, וועט דער וואוקס ווייטער אנגיין. די סיסטעם איז שטארק ב"ה, די איינציגסטע זאך וואס קען זיך טוישן דורכן אינערנעט איז די דראפ אוט רעיט.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
שרגא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 548
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 27, 2012 11:20 pm
האט שוין געלייקט: 280 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 780 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך שרגא »

יידל האט געשריבן:שרגא, איך זייטיג מער ווייניגער מיט דיר, נאר איין הערה'לע. דו שרייבסט: "אויב וועט דאס גאנצע אידישע סיסטעם צוזאמפאלן, וועט דיך עס ממש אויפעסן". לענ"ד איז אינטערנעט נישט בכוח צאם צו ווארפן די אידישע סיסטעם. סך הכל קען עס ווערן אביסל קלענער, אבער די וואס קלאמערן זיך נאך אין די אלטע דרך, האבן קע"ה 12-15 קינדער, און אפילו אויב העלפט פאלט חלילה אוועק, וועט דער וואוקס ווייטער אנגיין. די סיסטעם איז שטארק ב"ה, די איינציגסטע זאך וואס קען זיך טוישן דורכן אינערנעט איז די דראפ אוט רעיט.


קודם א דאנק פאר'ן זייטיגן מיט מיר. כ'שוין אנגעהויבן מורא האבן אז מ'פארשטייט ניטאמאל מיין טענה.
איך האב נישט געשריבן אז איך האלט די גאנצע אידישע סיסטעם וועט צוזאמפאלן, נאר איך האב געפרעגט מר. רואיק צי אפילו אויב זאל יא אלעס צוזאמפאלן, צי עס וועט אים באדערן? ווייל אויב נישט דארף ער פארשטיין אז ער האט נישט וואס אריינצורעדן צי אינטערנעט איז יא א פראבלעם צי נישט.
בעצם בין איך מסכים צו דיר, יידל. נאר די שאלה איז ווי הויך די ראטע וועט זיין. אויב השכלה האט אוועקגעשניטן אזא גרויס חלק, וואס קען אינטערנעט באווייזן מיט די צייט? און אויב וועט די ראטע חלילה גיין אויף א ווילדן אופן, וועט דאס אליין ברענגען מאמענטום, ווייל היינט איז אסאך מאל דער אפהאלט ביי די שוואכערע סארט די סביבה. און פארשטיי אז אויב די אינהאלט פאלט, וועט די וואוקס ראטע אויך מיטפאלן ;)
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 9:49 pm
האט שוין געלייקט: 2435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3690 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך יאנקל »

היינטיגער "המודיע" באריכטעט איבער דער אסיפה אין ביהמ"ד ראחמיסטריווקא אין בארא-פארק.
בילד
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6104
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:12 pm
האט שוין געלייקט: 7222 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5132 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך ראשעקאל »

דא פירט מען א מערכה , און דא, אויב איינער וויל אדווערטייזען זיין נייע CD מיט א "כאפ" מאכט ער נאך עפעל'ס אייפעד אדווערטייזמענט...
בילד
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
רואיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 116
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 2:55 am
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 35 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך רואיק »

שרגא האט געשריבן:
בקיצור דיין גאנצע תשובה איז פון מיט cliches און knee jerk reactions.

יעצט האסטו מיך פארלוירן. איך האב דיר, לענ"ד, זייער קלאר געענטפערט אויף אלע דיינע פראגעס און אבזערווירונגען, יעצט אנשטאט ענטפערן קלאר, געסטו א שלעפ ארויס א סטעיטמענט פון טאש וואס איז גרייט ווען מ'איז נישט קלאר וויאזוי צו ענטפערן און: "דיין גאנצע תשובה איז cliches און knee jerk reactions", וואס אגב דארפסטו נאכקוקן זייער קלארע דעפיניציע, ווייל ווי ווייט איך קען נאר טראכטן, קומט עס דא לגמרי נישט אריין. אדרבא, ווייז מיר וועלכע זאכן וואס איך האב געזאגט איז א קלישעי אדער אן אויטאמאטישע רעאקציע. אויב ווילסט, קענסטו אנפרעגן אין שפראך ווינקל און כ'וועל דיר גערן מסביר זיין זייער באדייט.
איז דאך א סימן אז ווילסט נישט קיין ערנסטע דעבאטע, נאר סתם שיסן קשיות, אויף וואס דו ווילסט קיין תירוץ, און אייגן-באשאפענע פאקטן, סאו לאמיר דיך נאר אין א ווארט ענטפערן אויף אייניגע פון דיינע באמבע קשיות, וואס וועט האפנטליך זיין גענוג צו פארענטפערן אלע אנדערע. נאר כ'וועל עס מאכן קורץ ווייל כ'ווייס אז עס מאכט נישט אויס און ביסט נישט אינטערעסירט צו הערן נאר צו רעדן.

פאקט: די אינטערנעט איז שוין דא בערך 17 יאר און די וועלט גייט ווייטער אהן.

פאקט: קענסער איז שוין דא כ'ווייס-וויפיל-יארן און די מענטשהייט גייט נאך אן. מסקנא: קענסער שעדיגט נישט.
סאו האסט געמיינט אז די וועלט האט שוין יעצט געדארפט זיין אריינגעשלינגען אין א שווארצן לאך? גלאבעל ווארמינג קען איך אננעמען אז דו האלטסט פאר א פאקט, ריכטיג? און עס גייט שוין אויך אן א היפשע פאר יאר, ריכטיג? איי די וועלט שטייט נאך? נאר עס האט שוין טאקע געמאכט שאדן, טייל זעט מען שוין, טייל האלט זיך אינמיטן פארמירן, טייל וועט ווערן נאך ערגער בקרוב, אבער ווען די רעזולטאטן וועלן שוין זיין אינגאנצן קלאר פאר יעדן, וועט שוין זיין זייער נישט גוט. יעצט פארשטייסטו דעם נמשל מיט'ן אינטערנעט?

שאלה: זעמער קליינע בעיביס וואס מ'דארף אונז אנטיילן פונקליך וויאזוי זיך מונע זיין פון חטא?

ווער האט געבעטן די חכמים צו מאכן גדרים וסייגים? זענען אידן געווען בעיביס?

שאלה: איז די אינטערנעט פון אונזערע ערגסטע פראבלעמען?

פראגע איז וואס דו מיינסט דא "אונזערע". דיינע? ניין. אידישקייט'ס? יא.
זאג דו מיר וועלכע זאך נאך איז געווען אזא געפאר פאר אידישקייט? קיינער, דו אויך נישט, וועט לייקענען אז דער אינטערנעט איז דאס שמוציגסטע פלאץ וואס האט נאר אמאל עקזיסטירט אויף דער וועלט. און איך האף אז דו טענה'סט נישט אז אמאל וואלט מען נישט געהאט קיין שום פראבלעם אז יעדער יונגערמאן, ווייבל און בחורל איז גענוי 5 סעקונדעס אוועק פון די געמיינסטע בילדער און ווידיאס און אפיקורסישע געשרייבעכצער? נאר די היינטיגע עקסטרעמיסטן באדערט אזא נארישע זאך? נאך ערגער ווי איין פריערדיגע רוחניותדיגע צרה, השכלה, איז די צרה ביי יעדן אין טאש און ניטאמאל דארף מען שאפן ביכער אונטער'ן טיש אדער האבן א חבר אן אויפגעקלערטן. סאו וואס פארשטייסטו נישט אז ערליכע אידן ווילן דאס פרובירן קאנטראלירן?

נאר דער ענטפער אויף אלע דיינע קשיות איז איין קשיא: אויב וועט דאס גאנצע אידישע סיסטעם צוזאמפאלן, וועט דיך עס ממש אויפעסן? ווי גרויס וועט זיין דיין צער, פון 1 ביז 100?
דארפסט מיר נישט געבן דעם ענטפער, נאר פארשטיי אז דו האסט נישט וואס אריינצורעדן אין מערכות פון אנדערע קולטורן, פונקט ווי מיין טאטע האט נישט וואס אריינצורעדן צי די ניקס זאלן אויפנעמען דעם יאפאנעזער שפילער. פונקט ווי ער פארשטייט נישט די ווייטאג פון א מעטס פען ווען די מעטס סאקט אריין יאר נאך יאר.
קיינער קען דיך נישט אפהאלטן פון טאן וואס דיין הארץ גלוסט, די זעלבע מעגסטו לאזן אנדערע גיין אויף דעם וועג וואס עס גלוסט זיי, און פארשטיי אז דער ערליכער איד און דער "חסידישער פען" ווייטאגט.


טצא טצא... אנשטאט ענפערן צו די זאך אטאקירסטו מיר פערזענליך. אויך איז דיין באגריף פון היסטאריע גאנץ שוואך אויב די אינטערנעט איז ביי דיר דאס ערגסטע.
חד גדיא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 22, 2012 1:57 am
האט שוין געלייקט: 700 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 448 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך חד גדיא »

שוין דא עפעס מער פלענער פאר די גרויסע מעמד?
כו"ח חד גדיא, פה בתוך הטמא'נע כלי
באניצער אוואטאר
שרגא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 548
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 27, 2012 11:20 pm
האט שוין געלייקט: 280 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 780 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך שרגא »

טצא טצא... אנשטאט ענפערן צו די זאך אטאקירסטו מיר פערזענליך. אויך איז דיין באגריף פון היסטאריע גאנץ שוואך אויב די אינטערנעט איז ביי דיר דאס ערגסטע.

לייק איי סעד, ס'קוקט נישט אויס ווי א דעבאטע איז דא אינטערעסאנט. נאר קלער מיך ביטע אויף ווי עס ליגט די שוואכקייט אין מיין באגריף פון היסטאריע. קעיר טו עקספלעין? כ'בין דא צו הערן.
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6958
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 5107 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6779 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך געפילטע פיש »

שרגא האט געשריבן:
טצא טצא... אנשטאט ענפערן צו די זאך אטאקירסטו מיר פערזענליך. אויך איז דיין באגריף פון היסטאריע גאנץ שוואך אויב די אינטערנעט איז ביי דיר דאס ערגסטע.

לייק איי סעד, ס'קוקט נישט אויס ווי א דעבאטע איז דא אינטערעסאנט. נאר קלער מיך ביטע אויף ווי עס ליגט די שוואכקייט אין מיין באגריף פון היסטאריע. קעיר טו עקספלעין? כ'בין דא צו הערן.

איין קליינע דוגמה'לע גלייב מיר דאס איז נאר די שפיץ פונם אייזבארג, גיי לערן אביסל היסטוריע.
באניצער אוואטאר
שרגא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 548
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 27, 2012 11:20 pm
האט שוין געלייקט: 280 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 780 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך שרגא »

געפילטע, קודם א דאנק פאר די רעקאמענדאציע. יעצט מיר האבן גערעדט דא פון א רוחניות'דיגע געפאר פאר "אידן", פארשטייסט?
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4521 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8020 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך קאווע טרינקער »

לויט ווי ס'קוקט אויס פון די היינטיגען המודיע, איז דאס מער וויינגער א ליטווישע אנגעפירעכטץ.
אלע רבנים פון די וועד זענען ישיביש.
Under influence
אבי גערעדט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 878
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 9:32 am
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 308 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך אבי גערעדט »

אין די היינטיגע עדס, רעדן זיי שוין אפיציעל איבער קויפן טיקעטס. יא רבותי!!עס גייט קאסטן געלט
אבי גערעדט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 878
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 9:32 am
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 308 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך אבי גערעדט »

.
בייגעלייגטע פיילס
IMAG0403-1.jpg
IMAG0403-1.jpg (13.5 KiB) געזען געווארן 1840 מאל
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 766 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1558 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך שמואל הלוי »

אבי גערעדט האט געשריבן:אין די היינטיגע עדס, רעדן זיי שוין אפיציעל איבער קויפן טיקעטס. יא רבותי!!עס גייט קאסטן געלט

ווי אין די וועלט איז דאס געהערט געווארן אזא זאך אז מען רופט צו א וויכטיגע מיטונג און מען בעט איינטריט געלט???
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4521 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8020 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך קאווע טרינקער »

די פלאן פון bmg משגיח איז אוועקצושטעלן מדריגות
בחורים קיין טעלפאון
בני תורה טעלפון קיין טעקס
בעלי בתים טעקט אבער נישט אינדערהיים
Under influence
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2998 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 944 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך ידען »

קאווע טרינקער האט געשריבן:די פלאן פון bmg משגיח איז אוועקצושטעלן מדריגות
בחורים קיין טעלפאון
בני תורה טעלפון קיין טעקס
בעלי בתים טעקט אבער נישט אינדערהיים

וויזוי גייט מען עס אינפארסן?

פארוואס זאל א בחור אוועקלייגן זיין סעלפאן מיט טעקסט אוןן אינטערנעט?

און בעלי בתים טעקסט נישט אינדערהיים? מאכט נישט סענס. אויב טעקסט איז שלעכט און מע טעקסט פרעמדע פרויען, אזוי ווי די רבנים האבן מורא, דעמאלטס איז דאך די טעקסט אינדערהיים ווען די אייגענע ווייב קען זען, די בעסטע שמירה.

און ווער וועט קענען האבן אינטערנעט אויפן סעל? נאר שרייבער אין קאווע שטיבל?...
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
קול גדול
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 267
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 3:06 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 65 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך קול גדול »

נישטא וואס צו זארגן, משיח קומט שוין. לויט דעם גאב''ד קארלסבורג איז דער אינטערנעט די לעצטע נסיון פאר ביאת המשיח:
http://rotter.name/kolot/prime/15481.shtml
gehlungen
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 681
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 8:05 am
האט שוין געלייקט: 159 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 52 מאל

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

שליחה דורך gehlungen »

I heard they r being SPLURGED with $$$$$ by YONOSON STRASSER & by HERSHEL SCHREIBER. So I don't understand why r they charging to go?? :?:
רעאגיר