פארוואס עוואלוציע איז פאלטש

אין דער וועלט פון נאטור און וויסנשאפט
רעאגיר
שיטה מקובצת
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 574
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:03 am
האט שוין געלייקט: 518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1480 מאל

פארוואס עוואלוציע איז פאלטש

שליחה דורך שיטה מקובצת »

"עוואלוציע" וואס איז ערפינדען געווארן דורך דארווין איז היינט די יסוד פון מינות וכפירה איבער די וועלט. אין יעדן דור איז דא א צווייטע עבודה זרה וואס איז געמאכט צו באלאנצירן די אמונה וואס שרייט ארויס פון די וועלט, מיט א נארישע כפירה'דיגע טעאריע, אז ס'זאל בלייבן א בחירה. אידישע קינדער מאמינים בני מאמינים ווייסן אבער דעם אמת - נישט ווייל מיר זענען נאריש חלילה, נאר פונקט פארקערט ווייל מיר זענען אן עם חכם ונבון, און מיר ווייסן ווי אזוי דורכצוזעהן די טעאריעס, און זעהן דעם אמת. לאמיר דא אביסל אריינגיין אין די פאלטשקייט פון די טעאריע פון עוואלוציע, וואס ווער עס טוהט עס נאר אביסל דורך, זעהט גלייך אז די גאנצע סיבה פארוואס געוויסע וויסנשאפטלער האלטען זיך נאך דערצו איז נאר צוליב נגיעות, נישט צו קענען איינזעהן דעם ה' הוא האלוקים.


די פינקטליכקייט פון די וועלט'ס פאזיציע:
אונזער וועלט איז באלאנצירט פינקטליך אין אונזער גאלאקסיע. די וועלט האט אלעס וואס מ'דארף האבן אנצוהאלטען לעבן, אריינגערעכענט דאס אז ס'איז פונקט נישט צו נאנט און נישט צו ווייט פון די זון (וואס סייענטיסטן רופן די "גאלדילאקס זאון"), פונקט גענוג וואסער, די "עקסיס" אביסעלע געדרייט פאר די סעזאנען, א מעגנעטישע פעלד וואס היט אפ די וועלט פון ראדיאציע וכל מרעין בישין, אלע וויכטיגע עלעמענטן פון ביאקעמיסטרי. עס איז נישט דא קיין שום אנדערע פלאנעט וואס מ'ווייסט וואס האט אלע אינגרידיענטס פון לעבן אזוי ווי אונזער וועלט.
בילד
די גאלדילאקס זאון

עבודה זרה'דיגע מקור פון עוואלוציע:
מענטשן מיינען אז עוואלוציע איז אויפגעקומען דורך גאר קלוגע וויסנשאפטלער וואס האבן "איינגעזעהן" אז די וועלט איז באשאפן געווארן בהדרגה. למעשה קומט דער געדאנק פון עבודה זרה'דיגע מיטאלאגיע און איז פארגעשטעלט געווארן דורך גריכישע פילאזאפן ווי אנאקסומאנדער און דעמאקריטוס. זיי האבן געהאלטן אז אמאליגע זומפן האבן אנגעהויבן לעבן, און נאכדעם זענען געוועהן "חיה'דיגע" מענטשן וואס האבן געוואוינט אין היילן, וואס האבן צוזאמענגענומען עסן, און האבן אנטדעקט פייער, און האבן געמאכט שפראך. דאס איז אלעס די יסודות פון עוואלוציע וואס דארווין האט געגעבן א וויסנשאפטליכן פנים.
בילד
אנאקסימאנדער

פאָסיל שווינדלערייען:
די גאנצע טעאריע פון עוואלוציע איז געבויעט אויף שפעקולאציעס און שווינדעל. עס זענען דא אזויפיל שווינדלערייען דאקומענטירט אין די היסטאריע פון די טעאריע פון עוואלוציע, אז יכלה הנייר והם לא יכלו. א טיילווייזע ליסטע נעמט אריין: פילטדאון מען, נעבראסקע מען, אקרע מען, קרא-מאגנאן, און ניענדערטאל. נאך א באקאנטע שווינדעל איז העקעל'ס עוברים (ווי אזוי ער האט געמאכט אז די שטאפלען פון א עובר זאלן אויסזעהן ווי די כלומרשטע שטאפלען פון עוואלוציע). העקעל'ס שווינדעל ווערט נאך געניצט אין טעקסט ביכער צו אינדאקטרינירן קינדער אז זיי האבן זיך אנטוויקלט במעי אמם דורך פארשידענע פארמען פון בעלי חיים.... נישט קיין ספק אז העקעל'ס שווינדעל האט א שייכות מיט די צענדליגער מיליאנען אבארשענס וואס זענען שוין געמאכט געווארן אין אמעריקע אין לויף פון די יארן, ווי דער וויסנשאפטלער סאגאן האט געשריבן אז אומגעבוירענע קינדער זענען נאר בעלי חיים, עפ"ל.
בילד
העקעל'ס פאלטשע עוברים

די אומגלויבליכע צוזאמארבעט פון אלע חלקים פון לעבן:
די גאר קאמפליצירטע סדר פון יעדן חלק פון א צעל מאכט א אומגלויבליכע מאשין. עס איז אוממעגליך משיג צו זיין ווי פינקטליך א פשוט'ע פראטין איז, וואספארא פיציעלע חלקים ארבייטן מיט הארמאניע, און אלעס שטימט. און דאס אלעס אין יעדן איינציגן פראטין! עוואלושאניסטן האבן נישט קיין וועג מסביר צו זיין ווי אזוי אזעלכע זאכן קענען זיך אנטוויקלען.
בילד
פראטין מאשינערי

די ען עי:
מענטשן לערנען זיך ווי אזוי צו קאמיוניקירן אין קאמפליצירטע שפראכן און קענען שרייבן קאמפליצירטע קאמפיוטער קאודס. אבער לויט עוואלוציע האט דער נאטור "בטעות" פארמולירט איר אייגענע קאוד וואס פארמאגט מער ווי א ביליאן ביטס פון דאטא אין איר פשוט'סטן לעבן פארמאט. אנדערע האבן שוין אנגעוויזן אז אויב וואלט געקומען צו אונזער וועלט א מעסעדזש פון ספעיס וואס וואלט געוועהן בלויז א מיליאנסטעל פון איין די ען עי וואלט יעדער פראקלאמירט אז מ'האט געטראפן "אינטעליגענטע לעבן" אין ספעיס...
בילד
די ען עי

קארבאן 14:
קארבאן 14 האט א האלב-לעבן פון 5730 יאר, און דארף צו זיין א גוטע וועג ווי אזוי צו נאכקוקן ווי אלט זאכן זענען, ווייל מ'קען זעהן וויפיל קארבאן 14 עס פארמאגט נאך. לויט די רעכענונג קענען זיי צומאל זאגן אז געוויסע זאכן זענען 60,000 אדער 80,000 יאר אלט. אבער עס זענען דא געוויסע פאסילס וואס לויט עוואלוציע זענען זיי מיליאנען יאר אלט, אבער זיי פארמאגן אסאך מער קארבאן 14 וואס איז מעגליך אויב ס'איז טאקע אזוי אלט. דאס ווייזט אז די חשבון ארבייט נישט, און אז די האלב-לעבן פון קארבאן 14 איז נאר באזירט אויף די יעצטיגע מציאות, און קען זיין אז ס'איז געוועהן אמאל אינגאנצען אנדערש.
בילד
א בדיקה אויף ביינער מיט קארבאן 14

די געזעץ פון "קאוס און עפעקט":
א געזעץ אין פיזיקס זאגט אז יעדע אפעקט האט עפעס וואס האט עס גורם געוועהן. יעצט גיי צוריק צו די ערשטע אפעקט וואס איז געוועהן אויף די וועלט – לאמיר עס רופן "ביג בענג" – און די שאלה בלייבט וואס איז געוועהן די "קאוס" פון דעם אפעקט? דאס ווייזט אז אונטער די אלע נאטורליכע אפעקטן איז דא איין מאכטפולע "קאוס", וואס מיר אלע ווייסן וואס דאס איז.
בילד
"ביג בענג" האט אויך געמוזט האבן א "קאוס"!

די געזעץ פון "ביאגענעסיס":
לואי פאסטאר איז געוועהן דער וואס האט באשטעטיגט אז לעבן קומט נאר פון לעבן, און לעבן קען נאר פראדוצירן לעבן וואס איז ענדליך צו עס. דאס איז א קלארער וויסנשאפטליכער פאקט, און הונדערטער טעסטס האבן דאס נישט געקענט אפפרעגן. און טאקע ביז היינט האט נאך קיינער נישט באוויזן צו באשאפן לעבן אין א לאבאראטאריע, ווייל לעבן קען נאר קומען פון לעבן. אבער די עוואלושאניסטן טענה'ן אז אנפאנגט איז לעבן ארויסגעטאנצען פון זיך אליין.....
בילד
לואי פאסטאר, דער ערפינדער פון ביאגענעטיקס
דו גלייבסט אין דיינע עלטערן, וועגן דעם גלייבסטו אין באשעפער.
איך גלייב אין באשעפער, וועגן דעם גלייב איך מיינע עלטערן.

--שיטה מקובצת

דער אשכול פארמאגט 55 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר