דער פאלשער געוויין פון די ליבלעראלע מידיא.

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3332 מאל

דער פאלשער געוויין פון די ליבלעראלע מידיא.

שליחה דורך קאך_לעפל »

וואשינגטאן - די גאנצע ליבלעראלע מידיא איז אויף. פרעזידענט טראפ האט אנגערופן דעם לינקן נייעס באריכטער דזשים אַקאָסטאַ אלס א פיינט פונעם פאלק. און גלייכצייטיג באשולדיגט זיין קאלעגע דעם טינקל-הויטיגער פרוי אַלקינדאָר מיטן פרעגן ראסיסטישע פראגעס. דער לינקער מידיא-נעץ סי.ען.ען. ברויזט ווי די שטורעמישע כוואליעס פונעם אטלאנטישן ים. זיי האבן היינט פארעפענטליך א דעקלעראציע וואס ליינט זיך ווי פאלגענד:

"דעם פרעזידענטס אנגייענדע אטאקעס אויף די פרעסע גייט שוין צו ווייט. עס איז נישט בלויז געפארפול נאר באזארגטפול אויך נישט-אמעריקאניש. אין די זעלבע צייט וואס פרעזידענט טראמפ האט קלאר געשטעלט אז ער רעספעקטירט נישט די פרייע פרעסע, האט ער געשוואוירענע פליכט עס צו באשיצן. א פרייע פרעסע איז קריטיש פאר א דעמאקראטיע, און מיר שטייען אונטער דזשים אַקאָסטאַ און אנדערע פרעסע-לייט אומעטום."

דער אמעריקאנע קאנסטאטוציע פארשפרעכט פולקאמע פרייהייט פאר פרעסע, זאגאר די פרעסע לייט הויפטזעכליך די ליבלעראלע פרעסע, באנוצן זיך שטענדיג מיט דעם דאזיגען פרייהייט צו אטאקירן, און צו באשמירן, יעדער פאליטיקער אדער רעגירונגס איינגעשטעלטער וועלכער גייט נישט אין שפאן מיט זייער ליבלעראלע אנטשויאונגען. פרעזידענט טראפ איז פילייכט א העכסט-פארנומענער מאן וואס יעדע מינוט איז אים טייער אויסגערעכנט, ער נעמט אראפ פון זיין טייערע צייט צו ענטפערן פראגעס פאר די פרעסע, קומען צו גיין די אויפמערזאמקייט-זוכענדע פרעסע לייט, וואס צייכנען זיך אין אלגעמיין אויס מיט זייער זעלבסט-אבסעסיע און אומאראלישקייט, און שטעלן פארן פרעזידענט בייסיגע און אומנויטיגע פראגעס. בלויז מיטן ציל אים ארויסצונעמען פון גלייכגעוויכט, און זיי פארוואנדלן דערמיט דאס פרעסטוזשפולער פרעסע צימער פונעם ווייסן הויז, פון א פלאטפארמע פונעם פרעזידענט צום פאלק צו א נארישער ספעקטאל פלאטפארמע.

די אומראלישע פרעסע לייט פראבירן ווי קליינע קינדער איבערצושטייגן איינער דעם צווייטען, ווער ס'קען שטעלן פארן פרעזידענט וואס מער בייסיגע פראגעס, אלעס אונטערן סלאגאן "דאס אמעריקאנער פאלק האט די רעכט צו וויסן" און ווען דער ווילדער טראמפ וואס איז ברייט באוויסט מיט זיין אויסערארענדליכער ארגאנץ ענטפערט זיי מנה אחת אפיים, נעמען זיי זיך וויינען מיט קראקעדייל טרערן אז די אנגייענדע אטאקעס אויף די פרעסע גייט שוין צו ווייט...

די ליבלעראלע מידיע היפאקריטן זאלן זיך שוין דערלערנען אז מען טיילט דארף מען קענען כאפן, און אויפהערן מיט די מאַניפּולאציעס און מוח-שווענקעריי אז פרעזידענט טראפ איז אויסן איינצוצוימען די פרייהייט פון די פרעסע...

דער אשכול פארמאגט 12 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר