אוטוביאגראפיע פון מנשה לוסטיג

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9686
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3424 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9048 מאל

אוטוביאגראפיע פון מנשה לוסטיג

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

מיר פלעגען האבען ביי אונז א ניק, א גאר טאלאנטפולע שרייבער, מיט'ן נאמען [tag]מנשה לוסטיג[/tag]. ער האט זיך נישט באהאלטען זיין אידענטיטעט אלס א שטארקען סקווערער חסיד, און צומאל האט ער זיך געריבען מיט'ן עולם דערוועגען, ביז ער האט אונז אפגעלאזט, וקאווע לרבנן שבק. אבער זיין טאלאנט איז גארנישט פארשוואונדען געווארען, (קוק זיין חתימה) און ער האט אפגעשריבען א ביכל פון זיין לעבענסגעשיכטע, וואס א חלק דערפון האט אין אנהייב ערשיינט דא אין שטיבעל אין די אשכול. די מאווי פון זיין לעבן האב איך נישט געזען, און איך קען אים נאר פון די בוך.

ער גייט אדורך זיין לעבען און איר רייזעס, פון אלס קליין קינד ביז זיין היינטיגע צושטאנד, און איך האב מיר באמת געלעקט די פינגער ביים ליינען. דא אין שטיבעל האט מען אביסל גערודפ'ט מנשה, ווייל ער האט אסאך געפרעדיגט זיין סקווערקייט, און דער עולם דא זענען נישט אזעלכע חסידים פון סקווער. אבער זיין שרייבען טאלאנט איז עפעס וואס מ'קען נישט לייקענען, און זיין בוך איז א חידוש אויף די שאפע פון אידיש ליטעראטור. ער לייגט אראפ סצענעס און געשיכטעס, איינס אין די וועלט. איך בין זיכער אז אין פופציג יאר פון היינט, וועלען אלע אידישיסטן און היסטאריקער פון דעמאלס אפליינען די בוך צו כאפען א בליק פון די היינטיגע שטאנדפונקט.

מיר זענען צוגעוואוינט אז יעדער בוך האט א ציל, און פון יעדער מעשה נעמט מען ארויס א לקח, אזש אז די גאנצע מעשה איז נאר עפעס ווערט לגבי די לקח דערפון, און מ'דארף און מ'מעג נאר שרייבען מעשיות טאמער די לקח איז די געוואונטשענע. טאמער איינער שרייבט נעגאטיוו, איז עס נאר ווען ער האט א נעגאטיווע אדזשענדע, וכן להיפך. די מעשה ווערט לויט די נויט. מנשה האט דא געשריבען זיין זכרונות, אלס בלויז זיין זכרונות. עס איז נישט ריכטיג צו ריכטיג, עס איז נישט מער אויסגעהאלטען ווי נישט אויסגעהאלטען, עס איז פשוט אזוי. דאס האט ער איבערגעלעבט, אזוי האט ער געפילט און דאס איז אים אריבער. שפעטער זאל איינער לערנען לקח דערפון, אדער נישט, כפי רצונו הטוב. דעריבער איז ער א צוקאכטער סקווערער חסיד, און בד בבד שטעלט ער שטארקע ביקורת אויף געוויסע פאסירונגען דארט.

הייבען הייבט ער אן מיט זיין קינדער יארען. מנשה איז א שטעטל איד מיט אלע רמ"ח און שס"ה און מ'קען פילען וויאזוי א אינגעל איז א פיש אין וואסער מיט די פארשידענהייט וואס דער מענטשהייט שטעלט צו, בזעיר אנפין אין א קליין שטעטל. ער ברענגט טשיקאווע עפיזאדען און אינטרעסאנטע פערזענליכקייטען פון זיין יוגענט, און פאר דער ליינער איז אינטרעסאנט צו זעען די בילד פון דער טיפישע פארצייטישע אונגארישע איד, אפט ווייט פון חסידות און די היינטיגע באגריפען, אבער דורכגעווייגט מיט תמימות און איידעלקייט. די בילד פון סקווער איידער יעדער זאך איז געגאנגען ארום די איין און איינציגע רבי שפראצט שטארק ארויס, הגם אז נישט דאס איז מנשה'ס ציל פון זיין בוך.
מנשה באשרייבט די חדר יארען און איר קאשמארען מיט א שטארקען פאתוס, און מ'קען אסאך לקח באקומען דערפון. ער דערמאנט ביים נאמען נאר די מלמדים וואס האבען זיך אויפגעפירט ריכטיג אין זיין אויגען, אבער ס'רוב זענען געווען רחמנות'לאזע שלעגערס. די גוסטע אין חדר איז געווען אז א קינד איז גארנישט און זיין מיינונג, געפילען, און פראבלעמן זענען גארנישט. און ראה זה פלא, פון זיין געשיכטע קומט אויס אז וואס ווייניגער פעטש און לחץ, וואס מער האט ער געלערנט. לעצטענס האט איינער דא אין שטיבעל חוזק געמאכט פון די וואס גלייכען נישט קיין פעטש פאר קינדער, ווייל אנדערש קען מען זיי גארנישט צווינגען צו טון. דא זעט מען נאכאמאל אז מיט צוויינעגן קומט מען לאו דוקא אין ערגעץ אן. ווען מ'פארשטייט וואס באמת נויגט דער קינד, קומט מען פיל גיכער און ווייטער אן.
סתם אזוי, וויל איך מעורר זיין. מנשה שטעלט אן כאילו ער איז א חלומ'ער מבטן ומלידה, און דאס פראבירען אים אוועק צו נעמען פון די נאטור איז געווען תכלית'לאז. איך וואלט אים געזאגט אז די גאנצע גולמ'ן און חלומ'ן איז נאר א תוצאה פון אן אפשיי צו לערנען, ווען די סביבה פירט זיך אזוי אויף צו אים. ווען די לערנען איז לרוחו, פאלען אוועק אלע גולמ'ן פראבלעמן מעצמן. מ'דארף זיך נישט שלאגען מיט די גולמ'ן, מ'דארף נאר טרעפען א וועג וויאזוי ער זאל וועלען לערנען, כנלענ"ד. אין דער צוקונפט איז מנשה אליינס צוגעקומען צו א חלק פון די נקודה, אבער דאס איז נאך אסאך סטאנציעס אין לעבן.

זיין ישיבה קטנה ערפארונג איז געווען ווייטער אויף יענער גאנג. ווען מ'האט געטראפען א וועג אז די לערנען זאל רעדען צו זיין זעלע, אין די ישיבה אין ווסמב"ג, האט ער געלערנט און ער איז געשטיגען אין עבודת ה'. ווען מ'האט גענוצט געוואלד צו לחץ, איז עס געווען א בראך.
זיין טשיקאווע עפיזאדען, איינס נאך איינס, וואס פילט אן כמעט א האלבען בוך, זענען געשריבען געווארען קונסטלעך און זיס. ער נוצט נישט קיין לאנגע שווערע פארצייטישע ווערטער, און ער דארף נישט אלס מסביר זיין ביז'ן סוף. מיט קורצע נארמאלע זאצען, ברענגט ער דיר אריין אין זיין וועלטל און די פאר פונטליך נאך יעדער עפיזאד זאגט דיר אז דא קען מען זיך אפשטעלן א האלבע סעקונדע און כאפען די באדייט פון וואס ער זאגט. דאס איז איין חלק פון די שרייבען טאלאנט זיינער.
די צווייטע חלק איז די כח פון נעמען א מעשה פון אלס און אלעם. ער האט באמערקט די עלענדע נשמות, די נעבעכ'ס אין ווינקעל און די שטילערע עלטערע אידען, און געזען זייער אייגענארטיגקייט און גענאשט פון זייערע אוצרות. דאס איז א זאך וואס גיבט שטארק צו צום קאליר פון די בילד וואס ער מאלט אונז אפ.

דערנאך קומט מען אן צום צווייטען טייל פון די בוך, די עלטערע בחור יארען זיינער. דא זעט מען די צער פון אן עלטערע בחור וואס זיין חברים לאזען אים אפ פאר זייערע לעבענס שיקזאל, ווייב און קינדער, הייב און הויף, און ער זיצט אליינס. זיין טרייסטונג איז געקומען פון זיין א חלק פון דער רבינ'ס שטוב און זיין איינגעגלידערט אין די גאנצע הלך ילך פון סקווער על כל פרטיה.

ווען ענדליך קומט ער חתונה האבען קיין לאנדאן, דרוקט ער אויס, איידעל און פרום, די פראבלעמען פון א שנה ראשונה ווייט אוועק פון שטוב, און וויאזוי מ'בויט אויף א שטוב מיט אן עזר כנגדו. מיט צניעות און שיינקייט מאלט ער אפ זיין קורצע יארען מיט זיין ווייב, און וויאזוי זיי האבען זוכה געווען צו זיין (ביזדערווייל) בן יחיד 'יעקב יוסף'. ער דערמאנט זיין פראבלעמן פון זיין לעבן אן ארבעט, ווי אלס גייט מיט די פיטום אראפ, און וויאזוי א יונגערמאן פילט אין די אומשטענדן. ער עפענט פאר אונז אלע די הארץ.
די בלעטער פון זיין ווייב'ס פטירה, און די הארצרייסענדע שבעה דערנאך, האט מיר אויפגעהאלטען ביי נאכט און נאס געמאכט די אויגען, ווי אויך די באציאונג וואס זיין חשוב'ע שווער שליט"א האט געהאט צו אים דורך זיין צער. א שווער וואס באוויינט זיין יונג טאכטער, האט געהאט די קאפ אויפ'ן פלאץ צו לאזען דער פרישע אלמן נעמען זיין קינד צוריק אין אמעריקא, און אים און זיין צער אינזין געהאט מער ווי די אייגענע.

דערנאך קומט ער צוריק קיין סקווער ווי ער בויט אויף א קארירע אלס א משמח אלקים ואנשים. ער שרייבט זיין געפילען און פארוואס ער מאכט די אלע ווידיאו'ס און ער איז מסביר זיין געשמאק וואס ער האט דערפון. ער זשאלעוועט נישט קיין ווערטער אויף די יעצטיגע מצב אין סקווער און ער ברענגט אראפ באריכות די מעשה פון שפיצער\ראטטענבערג, נישט ממש ווי ער האט עס געשריבען דא , אבער ענדליך.

עס מוז באטאנט ווערן אז די בוך איז נישט קאוועשטיבעל. ווען ער טענה'ט זיך דא אויס, פאסט עס צוריק צו טענה'ן, וכך הוא דרכה של פורום אז מ'שמועסט אויס ביז מ'קען צוקומען צום אביעקטיווע אמת. א בוך איז אבער זיין איבערלעבעניש, ווי ער פילט און קלערט. עס איז נישט קיין אביעקטיווער אמת, נאר זיין געפילען וואס איז אייביג אמת אלס זיין געפילען. דעריבער זעט ער אז 9\11 איז אן עונש פאר אמעריקא'ס איינשפארען חיים ברגר ע"ה, און די לייבי קלצקי מעשה און באבא אלעזר רציחה איז אן עונש ווייל קיינער האט נישט מוחה געווען אויף כבוד בית סקווער ווען מ'האט מבזה געווען דער רבי אויף די שפיצער ראטטענבערג פרשה. אז אזוי פילט ער, זאל ער עס שרייבען. עס איז א בילד פאר יעדער צו ליינען.

די בוך איז גאר אן ערליכע אויפריכטיגע בליק אויף א חרדישע לעבן אין די לעצטע יארען. ער פארדעקט נישט זיין אמת און זיין געפילען, און ער האלט נישט חשבון מיט גארנישט און קיינעם, נאר זיין לעבען און זיין ערפארונג. עס האט נישט זיין גלייכען אין שאפע, און בלויז פאר דעם לוינט זיך עס צו ליינען, אפגעזען צו מ'האלט מיט אים און פון אים און זיין גלויבונג. אפילו אן אויסגעשפראכענעם אנטי סקווערער ווי איך האט הנאה געהאט צו ליינען און זען וואס דארט טוט זיך, און וויאזוי זיי לעבן.

אין די קומעדיגע תגובה וועל ארויס נעמען וואס איך נעם ארויס פון זיין געשיכטע.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא

דער אשכול פארמאגט 24 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר