שער היחוד פונעם הייליגן חובת הלבבות.

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3332 מאל

שער היחוד פונעם הייליגן חובת הלבבות.

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]ווי ס'איז באוויסט האט דער הייליגער ווילנער גאון אנגערופן דעם שער היחוד פונעם היילגן חובת הלבבות: חקירה הארורה.

כ'האב עטוואס שוועריקייטן צו פארשטיין פארוואס.

דער באדייט פון פילאזאפיע לויט ווי איך פארשטיי איז צו נעמען א טעמע און עס גענצליך צונישט מאכן, און עס דאן צוריק אויפבויען מיט ראציאנאליזם און מיט קאלטע לאגיק. נעמליך,ווען ס'קומט צו טעמעס פון סייענס און פיזיקס איז דאס ווארשיינליך נישט קיין שום פראבלעם אפילו פון א אידישער שטאנפונקט. אבער ווען די טעמע איז דת איז פילאזאפיע אלעמאל געווען היפש קאָנטראָווערסיאַל.

דער הייליגער רמב''ם האט אראפגעשטעלט 13 יסודות אין דת, הארטע טריקענע פאקטן וואס איטלכע איד איז הייליג פארפליכטעט צו גלויבן. נאך מער אפילו עמיצער איז חלילה דורכגעפאלן און ער האט אנגעהויבן צו פארשן אין אנגעלעגנהייטן וועלכע האבן צו טאן מיט די דאזיגע 13 יסודות, און אין רעזולטאט האט זיך אין אים אנטוויקלט אומפארשטענדענישן, ליגט אויף אים א פליכט אלס א איד אויסצורייסן זיינע ראציאנאלע טראכטונגען און פשוט גלייבן אין די דאזיגע דרייצן יסודות.

דער לעגענדארער אידישער כופר ברוך שפיאנאזא שר''י, האט נישט געגלייבט אין גארנישט ביז ער האט דאס נישט באשטעטיגט ראציאנאל. אין רעזולטאט איז ער געקומען צום אויספיר אז דער תורה איז נישט פון משה רבינו חלילה, נאר פון עמיצער וואס האט געלעבט פול יארן שפעטער. ער האט מיט דעם דאזיגען אויספיר ארויפגעצויגן אויף זיך דאס גרימצארן סיי פון די רבנים אין האללאנד וועלכע האבן אים אריינגעלייגט אין חרם און פארשאלטן מיט א פולסא דנורא, און סיי דורך די קאטוילישע קירכע וואס האט אים אנגערופן דער פארשאלטענער ברוך.

אבער מיר ערליכע אידן וואס מיר ווייסן אז די דרייצן יסודי הדת פונעם הייליגן רמב''ם איז א ווירקליכער מציאות, וואס איז ניטאמאל שייך אפצופרעגן, אפגעזען פון סיי וועלכע ראציאנאלע אויספירונגען, דאן פארוואס זאלן מיר זיך נישט באשעפטיגן אין שער היחוד?

און אנדערע ווערטער אויב ווייסן מיר אז די דרייצן יסודות פונעם רמב''ם איז א ווירקליכער מציאות, דאן פארוואס איז פארבאטן זיך צו פארטיפן אין זיי אויף ראציאנאלע פארנעם? דער אויספיר וועט ממלא גארנישט ענדערן, ווייל די דרייצן יסודות איז דאך א ווירקליכע מציאות, און א מציאות איז נישט שייך צו ענדערן.

אויב איינער קען אריין קומען קלאר, וועל איך אים שטארק דאנקקבאר זיין.[/justify]

דער אשכול פארמאגט 58 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר