רשעות לשם שמים

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 616 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1899 מאל

רשעות לשם שמים

שליחה דורך גדליה »

איך הער היינט א שמועס אין בעסעמדערש וועגען אייסיס. איינער, לאמיר אים רופן ר' גד, האט אראפגעלייגט ווי די אייסיס חברה האקען אראפ קעפ און טעראריזירן מענטשען. רופט זיך אן ר' שמאול, קוק אהער, די אייסיס חברה זענען טאקע שעדליכע מענטשען, אבער למעשה רוב פון זיי לעבען שוין נישט, און וואס דארף מען רעדען וועגען זיי, אויסער דעם, איך פארשטיי אז די אייסיס חברה טוען שעדליכע זאכען, אבער למעשה מיינען זיי דעם באשעפער, און זיי זענען זיך אפילו מוסר נפש! יעדע ווייסט אז זיך אנצוהייבען מיט די אמעריקאנע מיליטער איז נישט קיין שפיעל, און דאך די אייסיס חברה האבען נישט מורא פון גארנישט און האקן קעפ כאילו לא היה.
דאס מיינט נאכנישט אז איך האלט פון טערארירזם, לייגט ר' שמואל שנעל צו, איך זאג פשוט אז לשיטתם טוהן זיי למעשה א נאבעלע זאך אפילו די האלטסט נישט פון זייערע מעטאדען. און אוודאי ברויכסטו נישט בארעדען מענטשען וואס געבען זיך אוועק זייער גאנץ לעבען פאר זייער ג-ט.
וואס האלט דער עולם? ר' שמואל האט א נקודה?
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ

דער אשכול פארמאגט 29 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר