על אל מאכט א נייע געזעץ

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
סקרן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1082
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 20, 2016 1:22 pm
געפינט זיך: הלואי ווען איך וואלט געוויסט!
האט שוין געלייקט: 251 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 643 מאל

על אל מאכט א נייע געזעץ

שליחה דורך סקרן »

די וועלט איז אויף מיט די נייעס (וועלעכע וועלט כ'ווייס נישט)
מ'גייט אראפווארפען עני מענטש וואס וועט פאדערן מ'זאל טוישן די זיץ וועגן ער-זי ווילן נישט זיצן לעבן די אנדערע דזענדור
פארשטייט זיך די ערשטע ריספאנס פון א חלק מענטשן איז א באנדע אנטיסמיטן די ציונים וכו' וכו'
אן אנדערע חלק מענטשן בעיקר די וואס זיצן שוין גלייך און דרייען נישט איבער קיין פליגערס זאגן זייער גוט איינמאהל פאר אלעמאהל וועט מען קעירנעמען פון די חילולי השם וואס קומען פאר

צום אלעם ערשט וויל איך נאר האלבוועגס פרעגן האלבוועגס זאגע עפ"י הלכה איז נישט דא קיין פראבלעם מיט'ן זיצען לעבן א פרוי ס'דאכצעך מיר איך האב אזוי געזעהן פון רב וואזנער אויך
די איינציגסטע פראבלעם איז זיצען אינטער א פרוי וואס איז אויב עפעס אסור אלס אחורי ארי ולא אחורי אשה

ווייטער איז אבער אייביג דא די מענטשן וואס זיי געבן זיך אן עצה און טיילמאהל געלונגט עס טיילמאהל נישט אבער זיי דרייען ניישט איבער
און נאכדעם איז דא מענטשן וואס זיי קומען ארויף די לעצטע און דעמאלטס הייבט זיך אהן יו"ט (וואס דורך אזא מעשה איז מען כמעט צוגעקומען צו חילול שבת צוויי וואכן צוריק נאכ'ן ווארטען א שעה אויף איינעם און דערפאר איז ארויסגעקומען די חוק)

ווייטער וויל איך פארשטיין פארוואס אויף על אל מאכט זיך די מערסטע פראבלעמען מיט די זאכן למשל טוישן זיצען מאכ'ן מנינים וכו'

איז טייל וועלן זאגן ווייל זיי זענען אנטיסמיטן און ווילן אונז צוברעכן אדער זענען שונאי הדת
איך האב אבער א אן אנדערע אפשען און דער וואס האלט אנדערש זאל מיך אויפווייזען און זאל זיך אנרופען
אלע אידען אינקלאדינג פרומע פרייע אשכנזים ספרדים חסידישע ליטווישע מאדערנער וכו' פיהלען זיך זייער באקוועם אויף על אל ווייל ס'איז א היימישער עירליין ס'איז אידען
ממילא דערוואגט ער זיך אהנצורופען אדער טוהן זאכען וואס ער וואלט קיינמאהל נישט געטוהן אויף יונייטעד עמעריקען בריטיש
פארדעם האבן זיי די מערסטע פראבלעמען מיט דעם אזוי קלער איך

{והיינו טעמא פון שלאגן פאליציי פארברענען קארן אפשטעלן גאסען מיט דעם דערקלערט מען זיך אלס די גרעסטער ציוניסט אבער לאמיר נישט פארקריכן}

דער אשכול פארמאגט 63 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר